היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » החזרת עטרה ליושנה, מיט טעלעוויזיע

החזרת עטרה ליושנה, מיט טעלעוויזיע

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2030439

שורשנגח » 4/9/2006 22:49

ב"ה אז מען דערלעבט - דערלעבט מען - זאגט די וועלט.

מארגן, דינסטאג פ' כי תבוא, וועלן אי"ה אלע קינדער פון די "יושנה מוסדות" אויסגעשטעלט ווערן אויף בעדפארד עוועניו (צווישן ראס און ווילסאן)

און אלע פאליטישאנס גייען אי"ה דארט זיין, און די מידיא און טעלעוויזיע עקראנעס און נעטווארקס וועלן אי"ה זיך איבערצייגן אז די "יושנה מוסדות" זענען טאקע "בלי שום שינוי חלילה"... און אז דער פירער פון די מוסדות איז נישט קיין אנדערער ווי דער "טשיף ראביי", בעל נועם המידות.

די מידיא האט זיך געוואנדן צו די אנפירער פון אונזערע הייליגע מוסדות, אז זיי ווילן קומען צו אונז אויך.

מיר האבן זיי געענטפערט: מיר מאכן מארגן א יום תפילה. א יום חלוקת צדקה, א יום בקשת רחמים, נישט קיין טאג פאר מידיא און טעלעוויזיע חלילה.

אבי מ'זאגט אז די "יושנה מוסדות" גייען אונטער....


דער עיקר איז אז די הייליגע עטרה זאל שוין אנקומען קיין יושן.

זשוליאני08 » 5/9/2006 19:16

אפשר אויף די שטיגען פון די סאסמאן שול.

פאר'ן גרויסן ביהמ"ד האט מען קיינמאל נישט אויפגענומען פאטאקי.


גאסט » 5/9/2006 19:18

זשוליאני. יא מען האט אים יא אויפגענומען אבער קיין איין טעלעוויזע איז נישט דארט געווען.

די איינציגע נייעס רעפארטער איז געווען פון רעקארד