היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הצלחה מאנסי, טריפה פלייש כשר געפאקט!

הצלחה מאנסי, טריפה פלייש כשר געפאקט!

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2027902

בא_ללמד » 1/9/2006 04:16

עפעס דרייט זיך ארום א מעשה אז א ארבעטער אין הצלחה גראסערי אין מאנסי האט זיך געוואלט אין זיי נוקם זיין ווייל מ'האט אים אפגעזאגט, איז ער געגאנגען און איבערגעפאקט כשר פלייש - דוכט זיך פון קרית יואל בית השחיטה - און אריינגעלייגט דערין טריפה פלייש, רח"ל ! ערשט ווען די קונדן האבן זיך באקלאגט אויפן מאדנעם אומגעזאלצענעם טעם, איז מען נאכגעגאנגען די זאך און געטראפן טריפות ונבילות ממש, רחמנא ליצלן !

פאטאקי08 » 3/9/2006 20:37

,


[בילד – נישט אפגעהיט]

in_time » 3/9/2006 21:26

פארוואס זעהט מען נישט קיין שום בריוו פונעם בעל מכשיר אליין, הרב ברעסלויער ?

בכלל איז עס א שרעקליכע פאטש פאר אים, עס איז שוין א מעשה פין איבער דריי וואכען וואס קרית יואל פארקויפט אים נישט קיין פלייש,

mechel19 » 3/9/2006 21:30

האט הצלחה מאנסי א שייכות צו הצלחה סופרמארקעט אין וויליאמסבורג?.

בא_ללמד » 3/9/2006 22:02

איך הער אז צוליב די מעשה האט מען געמאכט א נייע פאליסי אין קרית יואל'ער בית השחיטה המהודרת, אז מען פארקויפט נישט מער קיין אומגעפאקטע פלייש, נאר מען וועט מאכן א אייגענעם פעקעדזשינג אפטיילונג אין די בית השחיטה און אזוי וועט מען פארקויפן האלסעיל אויסדרוקליך נאר געפאקטע פלייש. דאס וועט האפנטליך פארמיידן פון אזוינע רשעים צו מאכיל זיין במזיד נבילות וטריפות פאר אידישע קינדער אויפן חשבון פון די מהודר'דיגסטע פלייש וואס איז דא צו באקומען אויפן מארק.

אותו_חלומה » 3/9/2006 22:10

איך האב שוין לאנג געהאט א ספק און איך האב שוין אינזין געהאט אפאר מאל אנצוקאלן פרעגן די בית השחיטה אין ק"י
אין ב"פ פארקויפט א געוויסע גראסערי פלייש וואס עס שטייט אויף דעם אז עס איז פון ק"י און עס איז צוויי דאלער ביליגער א פונט פון די סאטמארע בוטשער אין וומסב"ג
איך וויל נישט פורש בשמם זיין ווייל איך וויל נישט חושד זיין
אבער עפעס האט עס נישט קיין פשט אז די אייגענע בוטשער זאל זיין אזוי סאך טייערער ווי א פרעמדע גראסערי וואס פארקויפט די פלייש
אדרבה אויב איינער פון דא וואס ווייסט מער פון די בית השחיטה זאל ער עס מברר זיין
און ער וועט זיין א מזכה את הרבים
ווייל אויב איז עס ריין מכל חששות קען איך מיך שפארן אסאך געלט יעדע וואך

אותו_חלומה » 3/9/2006 22:33

באקומען אין אישי די שאלה

ווער קען מיר ענטפערן אויף די פשוטע פראגע.
אויב א בוטשער סטאר קען נעמען פלייש אין עס אליין פאקן און לייגן א סטיקער. ווער גאראנטירט אונז אז די גראסעריס וואס פאקן אליין די נאשרייען, אז זיי פארקויפן נישט קיין גוישע נאשרייען, קענדיס און טשאקלאד?
איך זוך א נארמאלן ענטפער.
וישר כח למופרע.

ע"כ

אותו_חלומה » 3/9/2006 22:36

איך האלט אז מען דארף אזוי אריינגעבן פאר דעם קצב למען ישמעו ויראו

א יעדע יאר צוויי הערט מען אן ענליכע מעשה

אויב וואלט איך געוואוסט דעם קצב'ס נאמען וואלט איך עס דא ארויסגעשריבען
מען טאר נישט רחמנות האבן אויף אזא איינעם וואס איז מאכיל נבילות וטריפות פאר כלל ישראל

שקל_שלם » 3/9/2006 22:51

גראדע ר' יושע כ"ץ האקט שוין זייער לאנג אויף די גראסעריס וואס פאקן די טשאקלעטס און קענדיס, ער טענהט שוין זייער לאנג אז סברענגט גרויסע מכשולות. קען זיין יעצט וועט מיט דעם אויך ווערן א תיקון.

שלמה_שמש » 3/9/2006 22:53


איך וויל דא קלאר מאכען א פאקט

די זאלי ..... האבן אנגעהויבן צי שרייבן. כאילו ק"י איז עפעס שילדיג אין די גאנצע מעשה
וויל איך זיי קלאר שטעלן, אז לויט ווי איך ווייס האט ער פארקויפט טריפה פלייש אינטער די נעמען פין די  "אנדערע שלאכט הייזער אויך
יעדער ווייסט נאר פין קר"י, ווייל דורוך די קר"י חברה, האט מען אנדעקט די געוואלדיגע מכשול רח"ל
מגלגלין זכות ע"י זכאי!!!  אז קר"י אידן האבן אנדערקט וואס דער רשע האט אפגעטיען רח"ל
דער קצב האט געשריבן אויף זיינע טריפנה פלייש אנדערע נעמען אויך נישט נאר קר"י!!!

נאר אזעלכע ז.... ווי טייל זאלי שרייבער קענענן אריינמישען אין יעדע טראגעדיע פאליטיק {חוץ אין די אייגענע טראגעדיעס, וד"ל}
די פיש שטינקט פין קאפ

{זאל מיר איינער פאר רעכטן אויב איך האב א טעות}


נאכמער, איצט האט מען אויפגעדקט {אזוי האב איך געזען באשריבען}  אז די מכשול גייט שוין אן באלד זעקס חדשים
ווען מען האט ציזאם געשטעלט זיינע בילס אין איינעם מיט די סכום פלייש וואס ער האט פארקויפט!!
היעלה על הדעת אז ער האט מקפיד געווען אז נאר די נאמען פין קר"י זאל שטיין אויף די טריפנה פלייש???? תוקן על ידי - שלמה_שמש - 03/09/2006 23:02:42

yohcee718 » 4/9/2006 16:33

הא הא
בא ללמד אגודת ישראל אין אמעריקה איז אין פרינציפ נישט אריינגעטוהן אין כשרות א חוץ ווען מ'דארף שתדלנות ביי די רעגירונג איבער "שחיטה" אדער "כפרות שלאגען" animal rights אדער KOSHER LAW , אלס א פראטעקשען פאר קאנסומערס וכו' וכו'

[אין אויב די animal rights חברה וועלען זיך נעמען איבער שטריימליך וואס מ'דארף הרג"ענען 40 בעלי חיים פארען קרוין פונעם שטריימעל וועט דער אגודת ישראל אויך זיך אונעמען פאר דעם]

איבער סופער מארקעטס האסטו ליידער א גרויסער טעות יהיה מי שיהיה... אויב א סאטמאר'ע איד\נע דערזעהט זיך אין א סופער מארקעט און דעמאנט זיך: אוי איך האב נישט גענוג טשיקען פאר סאפער אין א "קרית יואל" טשיקען איז דא פאר די אויגען וועט מען דאס קויפען, איך האלט אז רוב סאטמארע וועלען קויפען טשיקען "קרית יואל" סיי ווי אין וועלעכע געשעפט אפילו אין WALLMART.
רוב קונים ווייסען נישט אז באמת האט עס שוין נישט קיין "קרית יואל" הכשר... אין דאס איז די עולה דא!

מ'קען דאס נישט טוהן מיט OU זיי נעמען דיך אין קוארט אין איין רגע מיט an emergency injuction אין צום סוף מוזט איר נאך באצאלען court costs פאר OU קיינער קען נישט repackaging אפילו OU זאלץ אן רשות פון OU גלייב מיר איך ווייסט וואס איך זאג ווייל בדידי הוי עובדא זיי זענען מורא'דיג שטרענג מיט repackagers.

די אחריות ליגט אויף "קרית יואל" בראנד נישט צו לאזען זייער נאמען אויף דעם לעבעל נאר אויב ס'האט א הכשר מתחילה עד הסוף "אריזה"

ולא תהא כהנת כפונדקית... לפחות מעג קרית יואל עופות האבען די זעלבע פאליסי ווי EMPIRE
איבער די היסטוריע פון סאטמאר בוטשער ביסטו נישט 100% גערעכט, סאטמאר רב זצ"ל האט געבעטן מ'זאל קויפען קהל יטב לב פלייש דוקא ווייל עס איז אן הכנסה פאר די ישיבה כמוכח מהרבה מכתביו בענין הזה. בכלל זענען נישט געווען דאמאלס אפילו א חלום פון סופער מארקעטס וואס זענען כשר אין היימישע הענט.

אן השגה אז SHOPRITE אדער PATHMARK זאלען האבען "וויינלאנד" טשיקען איז געווען א ווילדע חלום. ממילא איז די שאלה נישט געווען אפילו רעלעוואנט.

mefikel » 5/9/2006 20:29

יוחי, קאלם דאון!

די OU גיט השגחות און קר"י פארקויפט פלייש, פארשטייסט דעם חילוק?
א קאמפעני\ארגעניזאציע וואס גיט השגחות איז אחראי אויף זייער נאמען אז עס זאל נישט ווערן גענוצט דורך אנשי בליעל אויף טריפות.

משא"כ א פלייש האולסעילער וואו קר"י, עמפייער א.ד.ג.איז קלאר נישט ריספאנסעבל אויפן כשרות פון זייער פראדוקט נאכדעם וואס עס האט פארלאזט דעם פלענט.

ווען מ'קויפט פלייש אין 'באלק' ווי שבח פלעגט טוהן, פארמאגט די קעיס א סימן כשרות פון די השגחה פונעם פלענט למשל וועד הכשרות דקר"י, דערנאך נעמט דער קונה די פלייש אין פאקט דאס איבער אין קלענערע פעקלעך, אויף אזא פאל פארלאנגט זיך א באזונדערע השגחה, וואס און אונזער פאל איז עס געווען הרב ברעסלויער און ער איז דער איינציגסטער אחראי אויפן אמת פונעם לעבל.

און קורצן, אויף די תעודת כשרות פון הרב ברעסלויער אויף שבח מיעט שטייט און אנדערע ווערטער ווי פאלגענד:

"איך הרב ברעסלויער נעם פולע אחריות אז אלע אינפארמאציע וואס עס שטייט אויפן לעיבל פון יעדן אינדיווידיאלען פעקל, וואס די מאקסיקאנער אימלעגאלע אימיגראנטן קלעבן ארויף בשליחות בעלם מר. פינקל, פון יעדן סארט און פון יעדע מקור, איז אמת ויציב, אזוי אויך די פלייש וואס פינקל פארקויפט האולסעיל פאר קעיטערינגס וכדו' בין איך פולי ריספאנסעבל אז אלעס איז כשר וישר גענוי אזוי וואו ער זאגט, עלי ועל צאוורי!"

ליידער, ליידער 'הי וואז דעם ראנג'!
 

זשוליאני08 » 5/9/2006 20:35

דער הרב ברעסלאויער, וועלכער הייסט א חשוב'ער איד, איז ביי מיר געפאלן אונטער גראונד זיראו.

הערטס פארוואס.

אנשטאט דער בעל מכשיר וועלכער איז "געשלאפן ביים רעדל" זאל ארויסקומען זאגן אפען און גראב:

"רבותי איך האב געגעבן א הכשר אויף די פלייש, אבער ליידער האט שבח געטאן א שייגעץ שטיק, און האט אריינגעלייגט טריפה פלייש רח"ל אין די פעקלעך און דערנאך עס בשאט נפש געלעבלט מיט'ן קרית יואל'ער לעבל און מיט וויילאנד'ס לעבל..."

האט דער הרב ברעסלאוער געטאן א געמיינהייט:

ער שרייבט אזוי:

"אזוי ווי איך בין געוואויר געווארן אז די קרית יואל'ער און וויילאנד פלייש זענען געפאקט געווארן טריפות רח"ל... ע"כ"


ע"כ בין איך געקומען  צום באשלוס אז הרב ברעסלאוער איז א חוטא ומחטיא הרבים אינאיינעם מיט דעם שייגעץ און אויסווארף פינקעל פון "שבח"...

מתעסקים » 5/9/2006 22:46

די ניו יארק סטעיט איז שוין אריינגעקומען און די קעיס
א פול אינוועסטיגעשאן איז אנדער וועי אלע ערליי עיזשענסיס
ריזיגע קיטשענס באסן שאדן קעיטערינגס דארפן דערלייגן און עס איז א איבערקערעניש מען האלט אז ער טוט דאס שוין א האלב יאר
דער מיסטער פינקעל איז און פעקל ער האט שוין געזאגט 3 ווערסיעס פון ווי ער האט די פלייש אבער אלעס איז ליגענט
דער שעוואח מיעט האט אנגעזעצט יעדן סופלייער פון פלייש לעצטענס און די חשובע גרין ברודער האבן איהם געוואלט ארויסזעהן און ער האט געהאט א דין תורה מיט זיי
אבער נאכן קראכן טשעקס פאר ק"י-מיעל מארט-און אנדערע האט איהם קיינער נישט געגעבן מער קיין פלייש
און קאסטומערס האבן באמערקט אז עס איז נישט געזאלצן האט ער געענטפערט אז מען זאלטץ עס מיט א נייע לאו סודיום זאלץ
די מעשה האט זיך אנגעהויבן ווען א ארבייטער פון ק"י האט געגעבן א טיפ פאר די גרין ברידער און זיי האבן עס געטראפן

גאסט » 5/9/2006 23:00

After doing much research & speaking to various Rabbonim I will try to inform all Yeshivaworld readers of the FACTS until this point. There is a grocery store in Monsey NY called Hatzlocha Grocery. They ''sub-let'' space to Shevach Butcher Store. Shevach buys wholesale chickens from Vineland and KJ (AKA Satmar) meats. Shevach then repackages the chickens and meats and writes [for example] ''Shevach - Vineland'' on the package. Hatzlocha Grocery carries the meats packaged by Shevach.

Last week the owner of Hatzlocha Grocery made a family Simcha and in attendance was his brother-in-law who happens to be a manager at ''K.J. Meats'' (AKA SATMAR MEATS). His brother-in-law happened to ask him ''where did you get these chickens from''? He answered ''from my shelves''. The brother-in-law then asked him ''how could Shevach be selling chickens if we (KJ Meats) stopped selling them product ?'' The brother-in-law then said ''he must have had old stock''.

The owner of Hatzlocha also found out that Vineland had stopped selling him chickens as well.

The owner of Hatzlocha went into the store the following morning and noticed that the shelves were freshly stocked. He approached the owner of Shevach & asked him ''since Vineland & KJ Meats stopped selling you product, where are these chickens coming from?'' The owner of Shevach answered that ''I buy from some other distributors''. It was then verified that the owner was LYING and that he never purchased from those ''other'' distributors.

The local Rabbonim were contacted, amongst them the Skverer Dayan who paskned that an immediate search of his refrigerators would be done.

A search that was done that night turned up some shocking evidence: CASES OF NON-KOSHER CHICKENS!!

Many of you might be wondering how that determination was made. There are a few reasons. #1-Kosher chickens are very yellow & these chickens were extremely pale. #2-Kosher chickens have feathers still on the skin at the time of purchase & these had none. #3-When a chicken is kashered all of the insides of the chicken are removed. These chickens were in possession of their kidneys still. #4-There was no trace of salt on the chickens. #5-No stamp or seal from any kosher butcher were on the boxes.

After confronting the owner of Shevach Meats for an explanation, he admitted to the Rabonim this story: He claimed that those chickens that were found were sold to him by a truck driver of Nassau Distributors on the black market - but was reassured by the NON-JEWISH truck driver that the chickens were kosher; from a fire that Empire Chicken Company had recently had.

This is where the story ENDS. All other stories that are going around are FALSE.

There was a meeting which ended today at approximately 5:00 pm at which 20 Rabbonim from Monsey were in attendance. This included both Chassidih and Litvish Rabbonim. The purpose of the meeting was to issue a UNITED P'sak for the entire Monsey community.

The P'sak will not be signed by the Rabbonim until Rabbi Breslauer reviews it. Unfortunately he is out of town and will be unable to see it until tomorrow morning.

This is basically what the P'sak says: All chickens AND meats which were purchased on or after Tuesday and Wednesday (August 29th & 30th) cannot be used. Any Kailem (cooking utensils) in which chicken or meat which was purchased on those two days [and after] was cooked in must be Kashered! Anyone who cooked Chicken or meat which was purchased before those two days should consult their own Rov for a P'sak Halacha on what they should do.

(The reason for consulting your own Rov as what one should do if chicken or meat which was purchased PRIOR to last Tuesday & Wednesday is based on a Machlokes between the Shach & the Taz as to when a person loses his ''Chezkas Kashruth'' in such a case.)

In addition, Hatzlocha Grocery is issuing a complete refund for all meat & chicken that is returned to the store no matter what the date.

(In a related issue, a few people had been complaining that their chicken soups had been tasting bland for the past few weeks to which they were told ''we are using low sodium''.)

http://www.theyeshivaworld.com/?p=2684

mefikel » 6/9/2006 01:34

[בילד – נישט אפגעהיט]
תשוח"ח פאר מהגוני פון בחדרי חרדים

אייןסאטמאר » 7/9/2006 18:50

WCBS880 פארציילט היינט די נייעס אויף די ראדיא, און אויף זייער וועבסייט





Betrayed by the Butcher

MONSEY, NY (AP)  -- A Hasidic butcher has been accused of stocking the shelves of a kosher grocery store with non-kosher chicken and selling it to thousands of Orthodox Jewish families. One rabbi says ''To sell non-kosher as kosher is one of the biggest acts of betrayal that a Jewish person can do to another.''

Rabbi Menachem Meir Weissmandel says ''This is the darkest day in the history of our community since we settled in this area many years ago.''

The butcher, Moshe Finkel owns Shevach Meats. He buys kosher meats in bulk and slices and packages it for grocery stores, religious schools and Hasidic camps in the Catskill Mountains.

The state's Department of Agriculture and Markets are trying to determine the origin of the chicken, whether it was ever certified as kosher and advertised as such at the store. A spokeswoman for the state Agriculture Department says violators can be fined one thousand dollars.

Weissmandel said Finkel was banned from the grocery store. He said store owners confronted the butcher after they noticed the shelves lined with kosher meats, even though Finkel's suppliers had not made a delivery. An early morning call to Finkel's home was not returned.

Since sundown on Saturday, when the Jewish Sabbath ended, families in the community who keep kosher have been scrubbing kitchen counters and stoves and dipping pots in scalding water as a cleansing ritual for being exposed to non-kosher foods.




http://www.wcbs880.com/pages/79404.php?contentType=4&contentId=201060

פאטאקי08 » 7/9/2006 19:44

מאנכע זאגן אז עס קען אים דרויען תפיסה

דא זעט מען (און אזוי האב איך אויך געהערט פון מאגרוב רב) אז סך הכל קען מען אים געבן א טיקעט פיין בלע"ז מאקסימום 1000 דאלער

חוץ אז אינדיוועלען ווילן אים קלאגן פארן אויסנערן

אבער די כשרות לאו איז נישט מער ווי דעם


רח"ל

פאטאקי08 » 7/9/2006 19:45

וואס האט דער עולם געטוהן שבת?

ווי האט מען געגעסן?

וואס האט מען געטוהן מיט די כלים?

פאטאקי08 » 7/9/2006 19:47

א זאלי האט היינט געזאגט אז ביי כ"א כסליו סעודה אין ק"י איז געווען פלייש פון שבח מיט ווייל מען האט עס גענומען פון גלויבער'ס קעיטערינג און ער זאגט אז מען גייט כשר'ן אין ביהמ"ד

ווייס איינער וואס ער רעדט

צודערזאך » 7/9/2006 21:47

אנטשולדיגט פאטאקי, גלויבער'ס האט די לעצטע 5 יאר נישט גענומען גארנישט פון "שבח". זייער רב המכשיר ר' בנימין גרובער שליט"א האט נישט געלאזט.

זיי האבן אבער אלעס גע'כשר'ט ווייל מ'האט יעצט אראפגענומען פינקל'ס "חזקת כשרות" אויף אלע יארן. זיי נעמען אלעס אלעס פון קרית יואל'ער שחיטה גראד.

דער חידוש פון דעם איז, אז זיי זענען גאר בשכינות גלויבער'ס מיט שבח, און אעפי"כ האבן זיי דאס נישט גענוצט.

רעדאקטער » 7/9/2006 22:20

http://www.nytimes.com/2006/09/07/nyregion/07chicken.html?_r=2&oref=login

Butcher Is Accused of Passing Off Chicken as Kosher

Published: September 7, 2006
*--NYT_INLINE_IMAGE_POSITION1 *

MONSEY, N.Y., Sept. 6 — Since sundown on Saturday — when the Jewish Sabbath ended — men, women and children have been scrubbing kitchen counters and stoves, and dipping pots and utensils in scalding water.

Skip to next paragraph
Alan Zale for The New York Times

Kitchenware being cleansed at the Belzer Shul in Ramapo, N.Y., in response to concerns that chicken had illegitimately been sold as kosher.

''My husband and I had to leave everything we were doing,'' said Esther Herzl, 61, a Hasidic grandmother who lives here, ''and all we did was scrape and scrape and scrape — from the cutlery to the glassware to the countertops, oven and stove. I'm beat. We're truly religious, so we don't cheat in the cleaning.''

The cleansing ritual, which is prescribed by Jewish law, became necessary after a Hasidic butcher was accused of stocking the shelves of a kosher grocery store here with nonkosher chicken and selling it to thousands of Orthodox Jewish families.

Now a group of rabbis is debating the fate of the butcher.

Last week, the state's Department of Agriculture and Markets seized 15 cases of chicken from the store, Hatzlocha Grocery, where the butcher sold chicken and other meats from rented shelf space to test it for salt, a key ingredient in kosher food.

The state agency and the rabbis, who represent several Hasidic congregations in Monsey and elsewhere in Rockland County, are trying to determine the origin of the chicken, whose package carried the stickers of two area kosher meat plants that had ceased supplying to the butcher after he failed to pay them, according to a local rabbi and an employee at the store.

''To sell nonkosher as kosher is one of the biggest acts of betrayal that a Jewish person can do to another,'' said Rabbi Menachem Meir Weissmandel of Chemed Shul, a local synagogue. ''This is the darkest day in the history of our community since we settled in this area many years ago.''

The butcher, Moshe Finkel, owns Shevach Meats, which buys kosher chicken and other meats in bulk, and then slices, packages and sells it at the grocery store and to wedding halls, religious schools and Hasidic camps in the Catskill Mountains.

Attempts to reach Mr. Finkel, who lives in Monsey, by telephone were unsuccessful on Wednesday. Rabbi Weissmandel said that Mr. Finkel was banned from Hatzlocha Grocery last Wednesday, as soon as the store owners uncovered his alleged transgression.

He said the store owners confronted Mr. Finkel after they noticed the shelves lined with kosher meats, even though his usual suppliers had not made a delivery. Almost immediately, leaflets lined Hatzlocha's windows, telling patrons in Hebrew that Shevach Meats had been caught selling nonkosher chicken. At synagogues and on the street, rabbis instructed the faithful to throw out the meat and cleanse their kitchens to make them kosher again.

The matter has been the talk of Jewish Web logs. One of them, Vos Iz Neias, announced it under the banner headline ''Butcher Sells Treifa Chicken as Kosher.'' (Nonkosher food, or food that is not in accord with Jewish dietary laws, is called treif, which derives from the Hebrew word teref, or torn.) The posting generated 440 comments in two days.

Rabbinical panels often work in secret, so it is hard to figure out when the rabbis here will reach a decision or what it will be.

As for the state, a spokeswoman for the Agriculture Department said investigators were trying to determine if the chicken was ever certified as kosher and advertised as such at the store. She said violators are subject to fines of up to $1,000.

ארגינעלער » 8/9/2006 02:54

א בילד פון דעם שגץ פינקל וואס האט מאכיל נבילות וטריפות געווען פאר רוב אידן אין אמעריקע.

די בילד איז געכאפט געווארן ווען ער האט געדאוונט שמו"ע ביי גלויבערס מיט א פאר יאר צוריק. ער האלט זיך אינמיטן קלאפן סלח לנו.
[בילד – נישט אפגעהיט]

Mench » 8/9/2006 03:35

צודערזאך, רעדסט נישט צודערזאך
גלויבערס האט גענומען "אלעס אלעס" פון קרית יואל?
בשר בהמה אויך?

זיי האבן נישט גענומען פון שבח, אמת, אבער אמאל אמאל איז אריינגעפאלן ביי זיי שבח פלייש, כך שמעתי

אייןסאטמאר » 8/9/2006 16:49

hotwire » 8/9/2006 17:53

חוצפה נוראה פון די ליטווישע צייטונג יתד נאמן .....

דערמאנט נישט קיין שום ווארט פין די גאנצע שערוריה אין מאנסי בנוגע די פלייש, כאילו לא היה,

שטעלט ענק פאר ווען עס וואלט געווען א חסידישע בוטשער וויפיל בלעטטער עס וואלט געווען.

פאטאקי08 » 8/9/2006 18:38

קול מבשר מעלדט אז א בר מצוה אין פלארידא איז אפגעשטופט געווארן צוליב מען איז געוואר געווארן אז די פלייש קומט פון שבח מיט

הייסט אז עס איז צושפרייט געווארן אין די גאנצע וועלט?
אזש ביז פלארידא

בן_אהרן » 11/9/2006 01:44

מאנכע וואונדערן זיך זייער שטארק
אין מאנסי וואוינט א איד א צדיק קדוש ופרוש מגדולי הצדיקים
וואס האט זייער א גוטן חוש הריח צו דערשנאפן עוולות
מקצה העולם ועד קצהו - קיין שום עוולה וואס עס ווערט אפגעטון
בדורינו השפל איז ער גראד מרגיש און ער נעמט שריט תיכף ומיד
און דא אונטער זיין נאז אין מאנסי דער עולם איז אנגעשמירט ליידער מיט נבילות וטריפות
מעגליך פאר לאנגע יארן מען איז זיך מפטם ליידער מיט מאכלים אסורים
און אלעס איז געווען פארהוילן מהוד קדושתו שליט"א
על מה עשה ה' ככה

majyar718 » 11/9/2006 01:57

וואס ווילסטו דען פון אים
ער האלט דאך קוים שבת...

 

Mench » 11/9/2006 03:53

האטווייר
דער יתד האט נישט קיין נייעס, אבער זיי האבן צוויי בריוון פון הרב ברעסלויער