היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בקשו רחמים!!! הילד משה בן ברכה סימא אייניקל פון רבי'ן זי"ע

בקשו רחמים!!! הילד משה בן ברכה סימא אייניקל פון רבי'ן זי"ע

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2027741

אותו_חלומה » 31/8/2006 22:24

איך ווייס שוין די שלעכטע נייעס ליידער פאר אפאר טעג אבער איך האב מיר איינגעהאלטן עס דא צוזאגן ווייל מען וועט מיינען אז איך שפיל פאליטיק ח"ו
אבער אזוי ווי איך האב געזען אז די סיגוט'ע מעלדען עס שוין וויל איך עס דא מעלדען
און איך וויל בעטן אז קיינער זאל נישט אריינמישן קיין פאליטיק אין די אשכול
ער איז אן אייניקל פון רבי'ן בעל ברך משה זי"ע און אונז דארף מיר איינרייסן און בעטן פאר די אומשולדיגע קליינע יונגל אז ער זאל האבן א רפואה שלימה בתושח"י

פאטאקי08 » 31/8/2006 22:38

א באקאנטע מעשה געווען אמאל

מען האט געזאגט תהילים פאר איינעם אן עלטערע איד וואס איז געווען  נוטה למות רח"ל
און ליידער האט מען פון הימל אזוי געוואלט און ער איז נפטר געווארן ה"י
אפאר טעג שפעטער איז מען גוואויר געווארן אז סהאט פארסירט ל"ע א עקסידענט מיט איינעם וואס האט געטראגן די זעלבע נאמען ווי יענעם נפטר און ער איז עפעס ניצל געווארן חוץ לדרך הטבע (פונקטליך געדענק איך שוין נישט וואס די מעשה איז געווען צו ער געווען אין שפיטאל צו אויפן פלאץ)

די תהילים וואס מען האט געזאגט פאר יענעם נאמען ד.ה מען האט געמיינט יענעם עלטערען איד האט געהאלפען פאר דעם אנדערען וואס האט געטראגען דעם זעלבען נאמען

די תפילות וואס אידן זאגן גייט קיינמאל נישט לאיבוד