היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » די הייליגע ישיבה ד'קווינס

די הייליגע ישיבה ד'קווינס

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2027035

חיים_יושע » 31/8/2006 07:59

גאסט » 31/8/2006 15:21

זיי מוחל און לייג עס נאכאמאל ארויף

עס האט שוין עקספייערט

חיים_יושע » 31/8/2006 15:51

חיים_יושע » 31/8/2006 17:03

hungarian » 31/8/2006 17:31

VERY SILLY

מקוה_איד » 31/8/2006 17:35

איך זעה גארנישט עפעס שלעכט מיט דעם קליפ.

ס"ה האט מען געהאט אביסל FUN מיט א פארלאזטע קאר, ממילא? קיין שום עולה.

PLEASE DON'T MAKE AN ISSUE OF A TISSUE

נבוכדנאצר » 31/8/2006 19:42

To Whom It May Concern:n

וואס מען טוט, טוט מען פאר זיך אליין.

באווייזן:

1. די שמיני עצרת בילדער, אין אלע רייען האט מען זיך פארסמאקעוועט די פינגער, אגודיסטן מזרחיסטן ציוניסטן. עד היום רעדן זיי דערפון לעת מצוא. האט זיך עס געלוינט?

2. יענער "איד" ערשטער בלאט מיט די "קאורט פאפירן". ס'איז נאך אלס דער שמועס פון די גאס.

3. מיט דעם קליפ באגראבט מען זיך אליין. די משחיתים ווייסן נישט, און ווילן נישט וויסן, דעם הבדל פון פּארטייען, דער עיקר: אין סאטמאר שלאגט מען זיך, אין סאטמאר גיט מען איבער געריכט פאפירן פאר א רבי'ן, און אין סאטמאר ווילדעווען בחורים און צוברעכן אויטאמאבילן.

וכדי בזיון וקצף.

ווען איהר וואלט געאנט דעם נעגאטיוון בילד וואס אזוינע שריט מאכן אין די גאס וואלט קיינער זיך נישט געוואגט צו פובליצירן אזוינע סארט מאטריאל.

בא_ללמד » 31/8/2006 22:39

איר מאכט זיך פשוט נאריש. איך זע דא גארנישט שלעכט, עס איז העכסט נארמאל פאר א בחור פון 18-20 יאר צו טון אזוינע זאכן אין די פרייע צייט, אויב איר געדענקט נאך וואס מיינט צו זיין א בחור. אין יעדע גרויסע ישיבה אין דער וועלט איז דא בעסערע און שוואכערע בחורים, ווער עס זאגט אנדערש לעבט אין אילוזיעס, אדער פרובירט ער צו נארן דעם צוהערער, און נישט קווינס און נישט די סאטמארע ישיבה גדולה פארן ארונטער פון דעם כלל. במילא איז קינדעריש און זינלאז צו פירן א מערכה איבער ווער עס האט א בעסערע ישיבה, ביידע האבן מער ווייניגער גוטע און שוואכע, עס לאזט זיך דינגען איבער וואס הייסט גוט און וואס הייסט שוואך, דאס טוישט זיך אין יעדע חסידות/געגנט/תקופה אא"וו [לדוגמא: אין סענדז סטריט האט מען געמאסטן א גוטן בחור לויט וויפיל שעה ער זיצט הכנות], אבער איבעראל איז פאראן פון אלעמען. איין זאך בין איך יא גרייט זיך מתווכח צו זיין, אז בעת אין סאטמאר וועט דער גוטער בחור זיין שטארק צוגעבינדן צו כ"ק רבינו שליט"א, און וואס בעסער אלס מער צוגעבינדן, איז אין קווינס פונקט פארקערט, וואס בעסער דער בחור איז אלס מער וועט ער לאכן פונעם סיגוטער, נישט נאר ווייל "יודע צדיק נפש בהמתו", נאר ווייל דאס איז דארט דער ווינט בכלל, די בחורים קומען פון שטיבער וואו מען לאכט אפ בשיטה פון יעדן[סמודגש רבי'ן, און כש"כ פון א רבי וואס איז זייער גרינג צו לאכן... און וויפיל עס פעלט נאך אויס ווערט צוגעשטעלט דורך ר' נפתלי בלומענפעלד, וועלכער לאכט שוין יארן פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און ערלויבט זיך אפילו צו ווערטלען אויפן חשבון פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, איז קען מען זיך שוין פארשטעלן וויאזוי עס קוקט אויס ווען ער באטראכט דעם סיגוטער עם הארץ זיך פארקנייטשן דעם שטערן און טיילן שיריים...