אמת אדער פראפאגאנדע: וויפיל קינדער זענען איינגעשריבען אין דעם נייעם מוסד?
פון בערך אפאר טאג נאך וואס עס איז מפורסם געווארן אין דער בלאט פון פרשת קרח (אוי ווי איראניש!) למספרם 6/30/2006 אז מען גייט עפענען נייע מוסדות אין ווילימסבורג ביז היינט, טוט מען דא (און אין גאס) פארקויפן אז עס איז שוין דא בערך 3,200 קינדער איינגעשריבן אין די נייע מוסד.
עס איז זייער אינטערעסאנט אז טראץ דעם וואס די רעגעסטראציעס זענען שוין אפען כמעט 9 וואכן איז דער צאל פון קינדער איינגעשריבן געבליבן ביי די זעלבע "בערך 3,200" אן זיך טוישן!
וואס איז פשט פון דעם? האט זיך קיינער נישט מער איינגעשריבן נאך דעם פינפטן טאג פון ווען די רעגעסטראציעס האבן זיך אנגעהויבן ביז יעצט?
אדער איז דער נאמבער 3,200 סתם פאר פראפאגאנדע און עס איז פַאלש?
איז דער נאמבער נאר געווען פאלש אין אנהייב, 9 וואכן צוריק, אדער איז עס יעצט אויך פאלש?
אדער איז עס שוין יעצט יא קרוב לאמת?
וואס איז דער אמתדיגער צאל?
און אויב דער אמת'ער צאל איז ווייניגער פון דעם נומבער 3,200 וואס גייט דער תירוץ זיין?
אז דער הויכער נומבער איז נאר געווען פון א פרי רעגעסטראציע אבער עס איז קיינמאל נישט געווען למעשה? אדער אז מען האט געמיזט דאס נוצן פאר גניבת דעת כדי עלטערן זאלן מיינען אז א גרויסער עולם האט שוין איינגעשריבן דא כדי זיי זאלן נישט מורא האבן איבערשרייבן זייערע קינדער?
אדער האט מען דאס געטאהן כדי אויסצוזעהן גוט פאר די פארטיי אדער די גאס און געניצט א מכובד'גער נומבער?
אדער איז עס צופעליג אמת?
ווער ווייסט דעם אמת דא??