די אלטע Windows האט עס זיכער געהאט, איך מוטשע זיך שוין א האלבע שעה צו טרעפן דעם פראגראם, דער Search טרעפט עס נישט, איינער האט דא אן עצה? אפשר האבן זיי עס עלימינירט אין די שפעטערע ווערסיעס? איך נוץ XP home מיט אלע קלאפערגעצייג, כלומר: אלע אפדעיטס.
צוגלייך וויל איך וויסן אויב איינער האט א מעטאד וויאזוי צו האלטן מער ווי איין זאך אויפן קליפבאורד צו דער זעלבער צייט, א שטייגער ווי עס איז דא אין Microsoft Word א פענסטערל וועלכער ערלויבט צו האלטן ביז 12 אביעקטן מיטאמאל, אבער איך וויל טון דאס אייגענע אויך ווען איך נוץ נישט דעם דערמאנטן פראגראם.
דאנקע שעהן!