אסאך מאל פלאצט מיין געדולד, און איך גיב זיך דא אויס...
איך פארשטיי דאס באמת נישט.. אפשר קען מיר איינער דאס מסביר זיין? ווען א פאליציאנט אדער אן אמבולאנס יאגט זיך צו א סצענע, וועלן זיי אנצינדן די לעקטערלעך און לעמפלעך, און די קארס וועלן זיך געווענליך רוקן פאר זיי מיט דרך ארץ. נאר ווען א קאר שטייט זיי יא אין וועג, אדער ווען זיי קומען אן צו א טרעפיק לייט, וועלן זיי געבן א פייף, אדער אנצינדן די סירענעס פאר א צוויי-דריי סעקונדען זיכער צו מאכן אז אלע אויטאס געבן זיי דעם פולן רעספעקט, און זיי קענען רואיג אדורכשניידן דעם רויטע ליכט, א.א.וו. און דאן וועלן זיי צוריק פארמאכן די קולות.
משא"כ די פייערלעשער, פון די סעקונדע וואס זיי פארן ארויס צו א קאל, ביז זיי קומען אן, צינדן זיי אן די סירענעס – וואס שטייגט איבער די אנדערע סירענעס אלף פעמים – אויפן העכסטן פארנעם, און דערצו לייגן זיי אריין די פייפערייען פון זייער הארן וואס גריצלט און לעכערט די אויערן – אפגעזעהן צי דער ראוד איז פול מיט קארס אדער עס איז ליידיג פון א נפש חי; נישט קיין נפק"מ פאר זיי צי דאס איז 3:00 נאכמיטאג ווען די גאס איז פול מיט קארס און באסעס, אדער 3:0 פארטאגס ווען די גאנצע וועלט איז פארזינקען אין א טיפן שלאף און מ'זעהט נישט קיין קאר ווי ווייט די אויגן קענען זעהן... זיי קענען איין זאך: פייפן אן אויפהער, זיכער מאכן אויפצואוועקן די גאנצע שטאט מיט באנומענע קולות וברקים, אז מ'קען שיער פון זינען אראפגיין!
וואס איז פשט דערפון? מה נשתנה פייערלעשער מכל הלעלוס?!