היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » זאליס 12'טע אויסגאבע: "הצלחתינו"...

זאליס 12'טע אויסגאבע: "הצלחתינו"...

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2021562

שקל_שלם » 24/8/2006 21:55

די זאליס האבן היינט ארומגעשיקט אין קרית יואל א נייע אויסגאבע מיט די נאמען "הצלחתינו", וואס זעט אויס אז היות זיי האבן געהאט א געוואלדיגע הצלחה אין קרית יואל מיט זייערע צייטונגען, נאכן האלטן ביי די ווייס איך וויפילטע אויסגאבע, פילען זיי אז דאס איז פאר זיי א שטארקע הצלחה... די גאנצע אויסגאבע איז נאר וועגן סאסמאן'ס מוסדות, און וואסארא שטארקע הצלחה סאיז, אז זיי אליינס זענען מודה אז זיי האבן "באלד טויזנט קינדער"... ענק קענען זיך שוין אליין פארשטעלן די עכטע נאמבערס. אויך איז מיטגעקומען א קארטל וואס זאגט אויס די גרויסע סוד, אז רז"ל אליינס איז דא אויף א וואך, און אזויווי קיינער אין קרית יואל האט דערווייל נישט געהאט די זכי' אים צו זען (אויסער עפעס א יקול וואס לויפט פאר קאונסילמען...) דארף מען מודיע זיין פארן עולם דורך קארטלעך.