היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » די ביינער פון הרצל'ס קינדער קיין ישראל

די ביינער פון הרצל'ס קינדער קיין ישראל

6 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 10 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2021085

כורמיזא » 24/8/2006 14:22

בקרוב וועט ארויף געברענגט ווערן די ביינער פון די קינדער פון די הוזה המדינה מר הרצל שר"י קיין מדינת ישראל און מ'וועט זיי באערדיגן אויפן בארג אין ירושלים וואס ווערט אנגערופן "הר הרצל" לעבן די קבר וואס איז מיוחד פאר זייער טאטען מר הרצל (ס'איז דא גרויסע ספיקות צו הרצל ליגט דארט)

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=2020969

ליכטיג » 25/8/2006 04:41

אנאנים

איך בין נייגעריג אויב דער חפץ חיים וואלט געהאלטען אז די ביסט א איד.

שם_אחר » 28/8/2006 00:50

לכטיג אויף די חיילים דתיים איז מער רחמנות ווען זיי לעבן, און זיי זענען זיך מוסר נפש אויף דעם הערצל'ס ימ"ש אידעלאגיע, זיי לעבן פאר א משומד, אויב שוין נאר ווען זיי לעבן שוין נישט, זאל דאס זיין זייער כפרה.

אביסל מער פראפארציע.

שושנת_יעקב » 28/8/2006 04:59

דער זוהן פון דעם אפיקורס האט - דוכט זיך - סוף ימיו חוזר געווען און זיך אומגעקערט צום אידישן גלויבן, ער האט געליטן פון א שווערע 'דעפרעסיע' און האט זיך גענומען דאס לעבן רח"ל, פון דעם אפיקורס איז קיין זכר נישט געבליבן.

פארוואס דארף מען בכלל ברענגן אין 'חדשות אנש' אזא נארישע זאך ווי דאס מחטט זיין די ביינער פון די קינדער פון דעם רי"ש שי"ן עי"ן? וואספארא שייכות האט דאס מיט 'אנש'?

והוא רחום יכפר וכו'.

Baachi » 29/8/2006 19:50

brito

איך מיין אז האלב ירושלים זענען זיינע איינקלעך (פון די אלטע טשאלמערס)

סטלש » 31/8/2006 20:47

אז מען שמועסט פון רבי עקיבה יוסף דער "לב העברי" זצ"ל.

ווער קען אריינסקענען דעם מכתב המלצה וואס ער האט באקומען פון ייטב לב למען יישבו ובנית הארץ?