ברעיקינג: נייע וועכנטליכע אויסגאבע/צייטונג עס איז ווייניג מאל ווען איך קען אייך - מיינע געטרייע ליינער - מיטטיילן אזעלכע פריידיגע נייעס ווי דאס וואס איך גיי מעלדן אין די קומענדיגע שורות. אידישע ליטעראטור איז דורכגעגאנגען פארשידענע תקופות דורך איר עקזיסטענץ. איך וועל איצט נישט מאריך זיין אין איר היסטאריע, אבער דער סך הכל איז אז נאכדעם וואס ביי די יידישיסטן איז עס כמעט ווי אפגעשטארבן און היימישע אידן זענען די איינציגע וואס האבן זיך אין איר אנגעהאלטן, זעט מען א שטארקע פארלאנג פאר גוטע ליין-מאטעריאל אויסצופילן דעם חלל פון נישט האבן גענוג געשמאקע סחורה וואס מען זאל זיך קענען דערקוויקן אין היימיש מאמע לשון.איך האב זיך שוין אסאך מאל אפגערעדט אויף דעם וואס עס אפי' נישט דא א נייעס בלעטל וואס זאל זיין נייטראל און נישט זיין פארנומען מיט דעקן סיי וועלכע פארטיי (המתקרי' חסידות בלע"ז) און זאל בלויז זיין פארנומען מיטן איינעם ציל וואס דארף זיין פאר א צייטונג: צו שטעלן נייעס און תוכן'דיגע מאמרים וואס זאל פאראינטערעסירן אירע ליינער, אסאך פון די גולשים ווייסן צו זאגן ווען איך בין געווען פארנומען מיט שאפן שרייבער פאר א נייע צייטונג וואס האט אט-אט געדארפט ערשיינען לאור עולם און איז אין לעצטן מינוט אפגערופן געווארן צוליב טעכנישע סיבות וואס איך ווייס נאכנישט עד היום. איך האב אסאך ארבעט אריינגעלייגט דערין שלא על מנת לקבל פרס ווייל איך האב נישט געהאט א חלק דערין, אבער צוליב די נויט דערפון האב איך געשפירט אז עס איז א שטארק וויכטיגע זאך פארן ציבור תוקן על ידי - עכטע_נייעס - 24/08/2006 7:28:42
קרעדיט דיפלאמאט חדשות אנש