כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א גייט אי"ה מארגען דארנעשטאג א' ר"ח אלול גיין באזיכען די קעמפ פון די מוסדות סאטמאר- בארא פארק וואס איז אין פליישמאנ'ס,
רבינו שליט"א וועט אנקומען צופרי ווי ער וועט דארט דאווענען מיט די בחורים תלמידי הישיבה,
דערנאך וועט ער זאגען א דרשה פאר די בחורים,
הויפט זייט » כל העולם כולו » רבינו שליט"א גייט באזיכען קעמפ-סאטמאר בארא פארק
רבינו שליט"א גייט באזיכען קעמפ-סאטמאר בארא פארק
4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2020372
זונטאג גייט אי"ה רבינו שליט"א גיין באזוכן אין איחד קאנטרי אין דערנאך גייט ער גיין צו מחנה בית רחל
ווייסט איינער נייעס פון פליישמאן'ס?
א הערליכע באזוך איז פארגעקומען אין מחנה ויואל משה ד'פליישמאנס
די רבי שליט"א איז ארויסגעפארן אינדערפרי פון קרית יואל די רבי שליט"א האט געדאווענט שחרית מיט די ישיבה קטנה בחורים נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א געגאנגען
באזוכען גיסו כ"ק הגה"צ אב"ד בארא פארק שליט"א דערנאך איז רבינו שליט"א געגאנגען
באזוכען הרה"ג יחיאל באבד שליט"א מ'טארטיקוב דערנאך איז רבינו שליט"א געגאנגען אין ישיבה גדולה ווי עס פארגעקומען א סיום אויף מס' גיטין עס האט אויפגעטרעטן כ"ק הגה"צ אב"ד בארא פארק שליט"א און הגה"צ ר' חיים יעקב רובין שליט"א אבד"ק ציעשנוב ור"י און דערנאך כ"ק רבינו שליט"א ,דערנאך איז רבינו שליט"א געגאנגען באזוכען הגה"צ ר' חיים יעקב רובין שליט"א אבד"ק ציעשנוב ור"י ישיבה גדולה ווי עס האט זיך פארצויגען א שיינער שמועס