אויך גייט זיין דארט די עמטליכע התמנות פון הגאון הגדול רבי משה פריעדמאן שליט"א צו זיין דומ"ץ סאטמאר בארא פארק.
מסיבת לחיים היינט אין וויליאמסבורג
ביסט זיכער וואס די זאגסט וועגן הרב פריעדמאן ?
עס גייט זיין א התמנות פאר ר' משה פריעדמאן , אבער דאס האט נישט קיין שייכות מיט די התמנות פון אב"ד ווילאמסבורג,
קודם וועט פארקומען די התמנות פון אב"ד סאטמאר וומ"ס, דערנאך וועט כ"ק מרן רבינו שליט"א ובנו הגדול שליט"א ארויסקומען דאווענען מעריב ווי מאות חסידים וועלן אריבערגיין וואונטשען א ברכת מזל טוב פאר רבינו שליט"א ובנו הגדול שליט"א, שפעטער וועט פארקומען א התמנות פאר ר' משה פריעדמאן אלץ דומ"ץ סאטמאר ב.פ.
ס'גייט זיין ביים רבין שליט"א אינדערהיים, אדער בחדרו המיוחד אין הופפער ?
ס'איז געווען א געפאקטער עולם אינעם שטיבל, אלע ראשי הקהילה פון וומ"ס, און א חלק פון קרית יואל און בארא פארק.
ביים גיין דאווענען האט די רבי אריינגעשלעפט דעם רב אין די געיט אז ער זאל דאווענען ביים עמוד וואו די רבי פלעגט אלס דאווענען.
נאכדעם. איז געווען די הכתרה פון ר' משה פרידמאן, ר' יחזקאל ראטה האט ג'רעדט.
רבי יחזקאל שליט"א האט אנגעהויבן זיין דרשה ברשות דעם רבין, און אינמיטן האט ער אויך דערמאנט אז דער רבי זאל האבן סייעתא דשמיא.