ביים סוף פון די הייליגע פייערדיגע דרשה ביים יאררצייט סעודה האט די רבי שליט"א גערעדט וועגן די וויליאמסבורגער מוסדות, אז ס'גייט זיין זייער א הויכע ניווא, משופרי דשופרי וואס סאטמאר פארמאגט.
"אונז דארף מיר נישט די גרעסטע, אונז דארף מיר די בעסטע". "אונז גיי מיר נישט זיין קיין שטאטישע מוסד, ביי אונז מוז יעדע טאטע האבן די התנהגות וואס פעלט אויס פאר א סאטמארע תלמיד".
אויך האט די רבי געזאגט אז אין די מוסד וועט מען לערנען מיט די קינדער אויך פון רבי'ן די ברך משה זי"ע, און זיין הייליגע עבודה.
ביים סוף האט די רבי געזאגט אז ס'גייט קאסטן זייער אסאך געלט, מינימום 50 מיליאן דאלער, און די רבי האט פארלאנגט אז יעדער איינער זאל זיך מתחייב זיין צו געבן "אבני קודש" א נדבה פון 5 טויזנט דאלער פאר די נייע מוסדות.