די זאלי צייטונג דער איד האט די לעצטע פאר וואכן אנגעפאנגען צו געבן גוטע קאוורעדזש פאר בעלז, און די רעדאקציע פון איד האט איינגעפירט א נייע פאליסי אז דארף זיך אנפאנגען חנפ'ענען צו די בעלזער חסידים.
ווי באקאנט פלעגט דער איד אלעמאל רופן דעם מאכנובקער רבי'ן מאכנובקע-בעלז, אבער לויט די נייע פאליסי האט זיך דאס געסטאפט, און די לעצטע פאר וואכן רופט מען דעם מאכנובקער נאר מאכנובקע.
אויך פלעגט דער איד אלעמאל רופן הרה"ג ר' שלמה גראס שליט"א, דומ"צ דקהל מחזיקי הדת. אונטער די נייע פאליסי רופט מען אים דומ"צ בעלזא. דאס זעלבע איז מיט הרה"ג ר' יעקב יצחק ניימאן שליט"א פון מאנטריאל וועמען זיי האבן אנגעפאנגען רופן דומ"צ בעלזא.