היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » רשם התחבורות הייסט ערכאות??? WOW

רשם התחבורות הייסט ערכאות??? WOW

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2015251

ארגינעלער » 17/8/2006 20:20

די דעפרעסטע זאליס, נאכדעם וואס דאס בית דין איז יעצט ארויסגעקומען קעגן זיי (כאטש פארעווע) האבן אנגעהויבן זינגען א נייעם ניגון...

ר' משה חיים ווייס  איז דער מסור ווייל ער איז געגאנגען צו די רשם התחבורות (בילדינג דעפארטמענט) און איינגעגעבן אז ער איז באלעבאס און נישט וואלערשטיין.

איז אזוי:
אויב דאס הייסט ערכאות און דאס איז אסור, ווער איז געגאנגען קודם צו די זעלבע רשם התחבורות און איינגעגעבן אז מענדעל וואלערשטיין איז באלעבאס און משה חיים ווייס נישט?

אויב אזוי איז דאך דער פורים רעבע די ערשטע הולכים בערכאות אינאיינעם מיט זיין יפו'ער חים הערשאלע

זיי זענען געגאנגען צו די רשם התחבורות פריער... און דערנאך האבן זיי אריינגעגעבן א געהעריגע תביעה אין די ציונסיטישע קאורט?

פעשי, האסט עפעס וואס צי ענטפערן?

עכטע_נייעס » 17/8/2006 21:07

שרייב קלארער רז'ל איז געגאנגן בגניבה טוישן די בארד מעמבער אין דאס האט מען געטון אין די זעלבע רשם התחבורות ווי משה חיים איז געגאנגן זאגן אז סאיז נישט אמת וואס זיי זאגן אין נאכדעם איז רזל געגאנגן אין קארט

ביז_אהער » 17/8/2006 21:11

מיר איז שווער א צווייטע שאלה. זיי טראמפייטערן אז דער בריוו פון בי"ד מיינט 'קלאר' אז אונז זעמיר געגאנגען בערכאות. אין אנדערע ווערטער, אפילו דער בי"ד שרייבט לכאורה פאר ביידע זייטן אז מדארף עס ארויסנעמען ממקומות ממשלתיים, אבער זיי זענען נישט קיין זייט דא, נאר אונז... אויב האלטן זיי אז ס'קען מיינען נאר איין זייט, קען עס דאך פונקט אזוי מיינען נאר זיי? תיקו...

ארגינעלער » 17/8/2006 21:15

בריוו פון בית דין.

ס'שטייט נישט קיין ווארט אז דער רבי שליט"א דארף אונטערשרייבן שטרי בירורין
שטייט נישט קיין ווארט וועגן רשם החברות.
שטייט נישט קיין ווארט אז מ'קען נישט אריינמישן סאטמאר ירושלים... (יפו'ערס באזע).

דער זעץ וואס די זאליס האבן איז עד אין לשער

.

[בילד – נישט אפגעהיט]

ביז_אהער » 17/8/2006 21:20

נאכמער, די בי"ד שרייבט קלאר ארויס אינעם קעפל "והנהלות מוסדות סאטמאר בארץ ישראל".

ביז_אהער » 17/8/2006 21:22

דער זעץ איז אין לשער וועגן איין סיבה: זיי גייען מוזן גיין צו א געהעריגע דין תורה! געענדיגט מיט די אלע געפאפטע מעשיות פון ביז היינט, זיי מוזן גיין צו דין תורה! ווער רעדט נאך אויב מען וועט קענען אריינברענגען דעם גאנצן סכסוך צו דין תורה איז דאך ממש נישטא קיין ווערטער איבער זייער זעץ. נישט אומזינסט זענען זיי אזוי ווילד.

עכטע_נייעס » 17/8/2006 21:31

פריי דיך נישט משה בן פראדל וועט מאכן סדר מיט די עדה

ארגינעלער » 17/8/2006 23:46

אין תשס"א האט דער רבי זי"ע בעל ויואל משה.... (איר גלייבט נישט?) איבערגעשריבן די קארפארעישאן אין בני ברק צו
רז"ל....

דא איז דער דאקומענט.

2 געפערליכע זאכן זעט מען פון דעם.

1)ׂ אז גיין צו רשם החבורות איז נישט קיין עולה. ווייל דער נועם השטריק האט עס דאך געטאן אין תשס"א

2ׂ) אז דער רבי זי"ע האט געהעריג פונקציאנירט 21 נאך זיין הסתלקות.. איבערגעשריבן בילדינגס... געמאכט טראנזאקציעס.


און מיר האבן געמיינט אז נאר אין ליובאויטש קען מען דאס.

[בילד – נישט אפגעהיט]

abi_gezint » 18/8/2006 00:08

עטס זעטס!!!! עטס האטס געמיינט אז און ארץ ישראל קען מען נישט מאכן די זעלבע טריקס ווי אין אמעריקא

in_time » 18/8/2006 00:17

זיי האבען געמאכט א סיגניטשער אויך ?

ווער האט געסיינט דארט אינטען ?

ארגינעלער » 18/8/2006 00:34

די גאנצע קונטרס היכי דמי חילול ה'

ס'איז א גרויסע פייל

http://www.yousendit.com/transfer.php?action=download&ufid=50BCD3AE0BDB73D2

יוסף90 » 18/8/2006 18:31

דער בריוו איז פאלש

דעם רבינ'ס (ברך משה זי"ע) שעיר'ס מיט כ"ק מרן רבינו שליט"א'ס שעיר'ס, קומט פון ר' עזריאל גליק, און פון ר' שמעון ווייס.

נישט פון רבי'ן זי"ע.

דער דאקומענט האט משה חיים ווייס געפעלשעווועט, ווייל אין יענעם פראטאקאל, (וואס אינעם קונטרס "הכי דמי חילול ד'" האט מען נישט אריינגעדריקט) ווערט משה חיים אויפגענומען אלס דירעקטאר פון די קאפארעישאן, דעריבער איז קלאר אז נאר ער האט געמאכט דעם זיוף. 

פאטאקי08 » 18/8/2006 18:35

איינער פארשטייט וואס 90 רעדט?


סטאפ צו דרייען שטעל דיך צו דין תורה!!!!!

ארגינעלער » 21/8/2006 20:43

וואס געפעלשט?

ווער האט איבערגעשריבן די שעירס פון רבינו יואל טייטלבוים
צו זלמן לייב טיטלבוים אין תשס"א.


ווער אויב נישט דער לאקאלער שטריק אליינס


און וואו?

אין רשם החבורות... וואס לויט ביד"צ הייסט דאך דאס ערכאות ממש...

יוסף90 » 21/8/2006 22:50

די שעיר'ס פון רבינו שליט"א איז נישט פון רבי'ן זי"ע, נאר פון צווי אידן וועלכע לעבן נאך, הרה"ח ר' שמעון ווייס אין הרה"ח ר' עזריאל גליק

אויף דעם איז דא פראטאקאלן באשטעטיגט פונעם "רשם החברות".

די אלע אנדערע דאקומענטן איז פאלש ממש

מבני_בניו » 21/8/2006 22:58

יוסף איז הונדערט פראצענט גערעכט. די אנדערע דאקומענטן זענען ממש געפעלשט. אבער טאקע די געפעלשטע דאקומענטן האבן די סיגעטער רויבערס אריינגעגעבן פאר די רשם החברות, ווייל זיי האבן געוואלט אז די סיגעטער זאל האבן סטאקס פון סוג א', אזויווי די רבי זי"ע האט געהאט. נאר נאכדעם וואס זייער לויער פישער האט באקומען א טעלעפאן קאל פון משה חיים ווייס האט ער זיך דערשראקן, ווייל ער האט גענוג פוטער אויפן קאפ, און ער האט צוריקגעצויגן די גאנצע זאך. און דעמאלטץ זענען ערשט די סיגעטער געגאנגען און עס איבערגעשריבן דורך געבן פון שמעון ווייס און עזריאל גליק מניות פאר די אנדערע.

מבני_בניו » 21/8/2006 22:58

יוסף איז הונדערט פראצענט גערעכט. די אנדערע דאקומענטן זענען ממש געפעלשט. אבער טאקע די געפעלשטע דאקומענטן האבן די סיגעטער רויבערס אריינגעגעבן פאר די רשם החברות, ווייל זיי האבן געוואלט אז די סיגעטער זאל האבן סטאקס פון סוג א', אזויווי די רבי זי"ע האט געהאט. נאר נאכדעם וואס זייער לויער פישער האט באקומען א טעלעפאן קאל פון משה חיים ווייס האט ער זיך דערשראקן, ווייל ער האט גענוג פוטער אויפן קאפ, און ער האט צוריקגעצויגן די גאנצע זאך. און דעמאלטץ זענען ערשט די סיגעטער געגאנגען און עס איבערגעשריבן דורך געבן פון שמעון ווייס און עזריאל גליק מניות פאר די אנדערע.

יוסף90 » 21/8/2006 23:06

א נייע תורהגעבאקן אויפ'ן ארט

און יענעם פאלשן דאקומענט פון רבי'ן זי"ע, איז אויך דא א באשלוס אז משה חיים ווייס ווערט דירעקטאר פון די קאפארעישאן.

נו, דאס איז די גרעסטע באווייז אז משה חיים האט געפעלשעוועט דעם דאקומענט.
די שעיר'ס פון רבינו שליט"א "סוג א'" האט ער באקומען פון די צווי אויבערדערמאנטע לאנגיעריגע שעיק האולדער'ס ר' מעון ווייס און ר' עזריאל גליק

ארגינעלער » 22/8/2006 01:14

אהא?

דער דאקומענט איז נישט אמת

טא, וויאזוי האט זיך דער שטריק ארויפגעריקט אויף די באורד?

yones69 » 22/8/2006 01:59

יוסף90 דאס מיינט אז די אהרונים מעגן יעצט גיין אינעם ציוניסטישען קארט אין ירושלים אן קיין שום הזמנה מקודם, וויבאלד די זאליס האבן לעצטענס געטוישט די ריכטיגע בארד מעמבערס (ווי ר' אנטשיל שווארץ שליט"א וכו') ביי די ציוניסטישע קארט רשם התחבורות ...

יוסף90 » 22/8/2006 03:38

א.מ'האט גארנישט געטוישט
ב. סאטמאר אין ירושלים האט נישט קאפארעישאן

yones69 » 22/8/2006 20:14

ג. אויב גלייבטו מיר נישט. פרעג דעם גר פון בראזיל (ארץ ישראל) בערך 37 און האלב יאר צוריק.
ד. ווער עס גלייבט נישט אז דער בעל דברי יואל האט געקענט איבערשרייבן זיינע שיערס צו זאלי אין תשס"א, איז א אפיקורס

hungarian » 22/8/2006 20:41

yones69 At long last I'm going to ask you a favor. Could you please explain to me(and to hundreds of other readers) what the story with this ger tzedek is? I've been reading hydepark for close to two years and about once a week someone brings this up without explaining to anyone what this is all about

קושקע » 22/8/2006 20:53

הונגעריען, עס באציט זיך אויף איינע פון די פילע קלאסישע דימיונות פון פעשי90.

איין שיינעם טאג האט ער זיך אויפגעוועקט מיט א לאנגע דראמאטישע מעשה מיט פילע דעטאלן, נעמליך דער סאטמאר רבי איז שולדיג מיליאנען פאר עפעס א גר פון בראזיל.

א צווייטע, אויך א קלאסישן, אז סאטמאר רבי ליידט אויף פארקענסענס.

עוד כהנה וכהנה.

yones69 » 22/8/2006 23:21

יוסף90 האט איין טאג דא געבאקען נאכדעם וואס דער מתיר ממזרים ר' יצחק מאנדל האט אפגעטאן זיין שרעקליכע אקט מיט די גירות.

האט ער דא פארקויפט אז ער האט א "באבמע", אז פאר 27 יאר צוריק האט רבינו שליט"א מתיר געווען עפעס א גר אין ירושלים און עס איז געווען א שוידערליכע פרשה און ביז צוויי טאג גייט ער ברענגען די פונקטליכע פרטים.

זינט דעמאלס ווארט מיר דעראויף.

און איין טאג האט ער פארקויפט אז רבינו שליט"א האט אונטערגעשריבען ערבות פאר עפעס א מענטש אין בארזיל און ער באצאלט  אים נישט, און ביז א טאג צוויי גייט ער ברענגען די פונקטליכע פרטים.

זינט דעמאלס ווארט מיר דעראויף.