ווי איך זע, איז אפגעשלאסן געווארן דער נושא וועגן דער קינדערשער ווירטשאפט וואס די היידפארק רעדאקציע דעמאנסטרירט לעצטנס. אבער איך האב דא וואס צו זאגן, און אויב די חשוב'ע מנהלים האלטן אז ס'איז נישט אין פלאץ, פארבעט איך זיי צו ניצן זייער וועטא רעכט...
אלזא.
באקלאגן זיך צו דער רעדאקציע איז איין אפציע; אריבערפירן דעם פארום צו א צווייט פלאץ (און פאראן גענוג-און-נאך בעסערע קאנדידאטן ווי דעם ווי-א-טשעראפאכע--פאמעליכן, פושט-צורה-ולובש-צורה היידפארק-וועבסייט) איז אפשר אויך א מהלך.
נ"ב, קיין ספק אז מען טאר נישט נישט באשמוצן קיין פריוואטע מענטשן אד"ג - נישט דווקא ווייל די "חוקי המדינה" דיקטירן אזוי, נאר ווייל ס'איז נישט תורה'דיג און נישט מענטשליך. אבער ווען די היפאקריטסווע שטינקט פון קאפ און די קארופציע איז אזוי דורכזיכטיג ווי יוסף90'ס קשרים מיט'ן רעדאקטאר פונעם "בקהילה", דעמאלט איז צייט אפצופיצן פון דא.