היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שב'ק פ' ראה- בצה'ק פין רבינו שליט'א אין ק''י

שב'ק פ' ראה- בצה'ק פין רבינו שליט'א אין ק''י

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2014103

עכטע_נייעס » 16/8/2006 17:29

אויף די וואך שבת ווערט ערווארטעט א גרויסער עולם וואס וועט קומען צו פארן קיין קרית יואל מקום מנוחת קדשו פין רביה'ק בעל דברי יואל בצה''ק פין ממלא מקומו כ'ק מרן רבינו שליט'א די רבי שליט'א וועט אי'ה דאווענען דעם שבת פארן עמוד די תפילות אין פירן טיש לכ' די יארצייט אין זונטאג די טאג פין די יארצייט וועט די רבי שליט'א דאווענען שחרית בהיכל המתיבתא אין נאכדעם פירן א מסיבת לחיים אין מאכן די סיום משניות וואס איז געלערנט געווארן דורך די תלמידי הישיבה אין משמיע זיין דברות קודש.

פארנאכט'ס וועט די רבי שליט'א פירן די סעודת הילולא אין מאכן די סיום הש'ס אין ביהמ'ד הג' אין קרית יואל אויך וועט דארט פארקומען די מגבית לטובת המתיבתא וואס איז געווארן איינגעפירט דורך רביה'ק בעל ברך משה הכ'מ זכותו הג' והק' זאל מגין זיין אויף אונז אלע מ'זאל געהאלפן ווערן מיט אלעס גוט'ס

(בבקשה יוסף90/ פעשי מיט אלע אנדערע ביטע פארדריי נישט דעם אשכול )

משמשבקודש » 16/8/2006 18:59

רבינו שליט"א וועט ארויף גיין על הציון הק' ?

זשוליאני08 » 16/8/2006 19:02

מפ'ירט זיך אז יאר פון אבילות גייט מען נישט קבר.

צום ציון פון רבי'ן זי"ע קען מען גיין, אבער וויבאלד דער בירך משה ליגט דאך ממש דארט, איז שווער צי וויסן וויאזוי דער רבי וועט טאן.

מקוה_איד » 16/8/2006 19:07

לכאורה גייט ער נישט גיין...כך שמעתי

בערל550 » 16/8/2006 19:28

ל"ג בעומר איז די רבי נישט געגאנגען.

בערל550 » 16/8/2006 19:32

פאר ל"ג בעומר איז געקומען א פאון קאל צום רבין'ס שטוב פון די סיגוט'ע שטוב מענטש "ווען רבינו שליט"א וועט זיין ביים ציון?"
האט מען זיי געענטפערט אז "אין יאר גייט מען נישט צום ציון"
זיי האבען זיך גראד געכאפט און די סיגוטער איז טאקע נישט געגאנגען.

זעהט אויס אז ער ווארט יעצט אויס צו זעהן וואס די רבי וועט טון.

עכטע_נייעס » 17/8/2006 03:41

ס'הייסט אז די רבי שליט"א וועט אי"ה גיין צים ציון

משמשבקודש » 17/8/2006 03:58

ווען בערך, אינדערפרי מיט די בחורים אדער שפעטער נאכמיטאג ?

עכטע_נייעס » 17/8/2006 04:28

אינדערפרי אי"ה מיט די בחורים אזוי ווי יעדעס יאר