היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » באמבע: ביד"צ עדה החרדית שרייבט בריוו!

באמבע: ביד"צ עדה החרדית שרייבט בריוו!

60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2013983
בלאט: 1 2

yones69 » 16/8/2006 15:20

באמבע!!!

די הרבנים הגאונים הצדיקים חברי בדי"צ העדה החרדית ובראשם כ"ק מרן הגאב"ד וראב"ד שליט"א, האבן היינט געשריבען א בריוו, ווי זייי שריבן אז די זאליס מיזן ארויס גיין פון די ערכאות אין בני ברק אין ביידע זאלן זיך שטעלען צו דין תורה ביי הבי"ד זבל"א ביז צוויי וואכן!!!

די גאנצע ביד"צ האט אונטערגעשריבען דעראויף אויך די נייע חברי הבדי"צ ווי רבי יושע ראזענבערג שליט"א וכו'.

די בריוו איז געקומען נאכן באזיך פונעם סאטמאר ווייצע פרעזידענט הרבני הנגיד רבי יצחק ראזעבערג שליט"א וואס איז געווען ביי יעדעם פון די חברי הבדי"צ און אויפגעפאדערט ארויסצוקומען מיטן בריוו, אפצושטעלען די חילול ה' אין די ציוניסטישע ערכאות רח"ל.

עס איז א געוואלדיגער שאס פאר די זאליס, און א געוואלדיגער קידוש ה' וכבוד תורתינו הק', מיט דעם וואס די בדי"צ העדה החרדית האט געטאן אזוי ווי די תורה הקדושה הייסט, און געהייסן גיין צו א בי"ד של זבל"א אזוי ווי די הנהלת המוסדות סאטמאר אין בני ברק האט געפאדערט און אזוי אונטערגעשריבען ביי די בי"ד פון הרב קארליץ שליט"א, און נישט צו די פורים דיינים פון די זאלי בי"ד, וואס די זאליס זינגען שוין ארום 7 יאר אז נאר צו זיי מעג מען גיין, און אזוי האט געשריבען א פסק הלכה ר' מנשה פריעדמאן מיט זיין כנופיא של שרצים, און אויך רז"ל.

תלמידי וחסידי סאטמאר דריגן אויס לויב צו די ביד"צ העדה החרדית, און אי"ה וועט מען ביי די דין תורה אויך מתדין זיין איבער די בנינים פון די סאטמאר קהלה אין ירושלים וואס די זאליס האבן צוגעגענבט.

די זאליס האט עס געכאפט ווי אן אטעם באמבע נאדכעם וואס גיין צו דין תורה איז ביי זיי ווי א שאס אין קאפ און טויט קלאפ, זיי האבן אנגעהוביען זייער געמיינער טעראר קעגן די הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א חברי הבדי"צ, די טעלעפאנען פון די בדי"צ הערט נישט אויף צו קלינגען פון איין זאלי נאכן צווייטן מיט די ערגסטע סטראשונגען און טעראר.

רבי_יונה » 16/8/2006 15:41

לאמיר האפן אז דער גאנצער סאטמאר סיכסוך וועט אריינגייין צו די דין תורה.

yones69 » 16/8/2006 15:46

די זיצונג איז פארגעקומען אין שטוב פון הרה"ח רבי שלמה פופנהיים שליט"א חבר הנהלת העדה החרדית. 

jhhoruyr » 16/8/2006 15:52

חברי הבד"ץ העדה החרדית ירושלים האבן ארויסגעשיקט א שארפן ווארענונג צו מענדל וואלערשטיין צו צוריק ציען פון זיין תביעה קעגן מוסדות סאטמאר ב"ב אין די ציוניסטישן געריכט ביז צוויי וואכן

היינט פארמיטאג איז פארגעקומען א שטורעמישע אסיפת הבד"ץ העדה החרדית אין שטוב פונעם חבר ההנהלה הרב שלמה פאפנהיים שליט"א, די חברי הבד"ץ האבן דן געווען איבער די שרעקליכע חילול שם שמים און עלבון התורה ווען מענדל וואלערשטיין און זיינע משלחים און מנהיגים - די שמוציג בארימטע כת מסרבים לדין - האבן אן קיין שום בושה תובע געווען אין ערכאות הציוני די הנהלת מוסדות סאטמאר ב"ב.

די חברי הבד"ץ שליט"א האבן איינשטימיג מכריז געווען א קול מחאה אדירה אויף די הארבע עבירה וואס ווערט אפגעטוהן דורך הנהלת מוסדות סאטמאר ירושלים א. ג. תלמידי וחסידים פון די נשיאי העדה החרדית ירושלים מרן בעל דברי יואל ומרן בעל ברך משה זצוקללה"ה, דאן איז אינטער געשריבן געווארן א שטרענגן ווארענונג אז ביז צוויי וואכן מוזן זיי זיך שטעלן צו א בוררות כדת של תורה און אויב נישט ח"ו וועט די העדה החרדית ארויס קומען קעגן זיי מיט א מלחמת קודש וואס וועט אפדונערן מסוף העולם ועד סופו.

די אסיפה איז פארגעקומען אין געהיימעניס אויס מורא פון די ווילדע טעראריסטן נחום אטיק מיט הקדוש יצחק ווייס, און טאקע גלייך ווי עס איז באוואוסט געווארן די אזהרת הבד"ץ האט מען איינגעשפאנט מאיר ראטה אנצוהייבן מיט א טעראר מלחמה קעגן די העדה החרדית.

אצינד ווארט מען צו זעהן צו מענדל וואלערשטיין וועט ווייטער באפעלט ווערן פון זיין ברוקלינער מנהיג זיך אנצופייפן אויף די אזהרת הבד"ץ, אזוי ווי ער האט איהם באפוילן די לעצטע צוויי חדשים נאך די שארפע דריי אזהרות פונעם בי"ד רבי נסים קארעליץ שליט"א.

ימים ידברו...

בא_ללמד » 16/8/2006 17:08

דער בי"ד האט געשיקט דעם בריוו צו ביידע זייטן, און שרייבן דערווייל נישט צו שארף קעגן זיי.

די זאליס זענען אבנארמאל ווילד, זיי ווייסן נישט וואו זיך אהינצוטון פאר צוויי סיבות: 1) ווען דער בי"ד הייסט איז זייער שווער זיך ארויסצודרייען (נישט געזארגט, אויב עס וועט אויספעלן וועלן זיי אויך ווערן "ציונים", פונקט ווי הגאון האדיר רבי ניסים קארעליץ...). 2) ווייזט אויס אז די ווערטער פון רבין שליט"א האבן יא א כח, גענוג מעכטיג אדורכצוברעכן די הארטע שאלעכץ פון גרשון שטעמער און יוסף90.

וועלן מיר זען וואס זיי גייען טון יעצט.

yones69 » 16/8/2006 17:47

די ערגסטע פיל פאר די זאליס איז אז זיי הייסן גיין צו בוררות זבל"א

די גאנצע בנין וואס די זאליס בויען שוין 7 יאר אז מען דארף גיין נאר צו די אייגענע דיינים האבן זיי צוטראסקעט!

און די צווייטע פראבלעם וואס זיי האבן איז

אז די קהלה פון סאטמאר ירושלים גייט מען אויך דן זיין.

אייןסאטמאר » 16/8/2006 19:13

ווי איז דער בריוו?

allgood1s » 16/8/2006 19:16

שא שא! יוסף90, פעשי, און די גאנצע זאלי פורום זענען געגאנגן שלאפן.

verbeenich » 16/8/2006 19:17

וואס גייט דא פאר?
ולשמחה מה זו עושה?
דער כ"ק האט ענדליך איינגעוויליגט זיין הייליגען רצון אונטערצושרייבען שטרי בירורין?
די ארונים האבען ארויסגעצויגען פון בג"צ?

jhhoruyr » 16/8/2006 19:57

השבת אבידה ווער האט געטראפן מענדל וואלערשטיין


ווער עס האט זיך אפשר באגעגנט מיטן הולך בערכאות מענדל בן פייוול וואלערשטיין מנהל מוסדות סאטמאר ירושלים און שעיר המשתלח פון מיכל שלעזינגער, זאל זיך ווי אמשנעלסטנס פארבינדן מיט די הנהלת העדה החרדית אין ירושלים. עס איז זייעהר דריגענד...

דער גאב"ד ירושלים שליט"א האט שטרענג באפוילן נישט ארויסצוגעבן די אינהאלט פון די מכתב אזהרה וואס איז היינט אונטערג'עחתמ'ט געווארן דורך די אלע חברי הביד"ץ, ביז ווען דאס וועט אנקומען צו די הענט פונעם הולך בערכאות מענדל וואלערשטיין.

עס איז שוין דורך באלד פינף שעה וואס די הנהלת העדה זוכט מענדל ו. און זיי קענען איהם נישט טרעפן, צו ערשט האט מען געקאלט צו זיינע בני בית, און זיי האבן געזאגט אז ער געפינט זיך אין ניו יארק, מ'האט פון זיי באקומען זיין סעלעפאן נומבער, נאך צוואנציג קאלס האט ענדליך אויפגעהויבן א איד מיטן נאמען מיכל שלעזינגער [יא, דער וואוילער עסקן לשם שמים] און ער האט מיט זיין תמימות'דיגן שפראך גענטפערט אז דאס איז טאקע מענדל ו. סעלעפאן וואס ער האט דאס "בטעות" איבערגעלאזט ביי איהם, אבער ער האט נישט קיין האנונג ווי ער איז.

נאכדעם האט די הנהלת העדה געקאלט צום ברוקלינער גאון אליין, זיין זוהן דער חכם הייבט אויף און כאפט זיך ארויס: "דער טאטע שליט"א קען נאך נישט צוקומען..." ער האט זיך גלייך פאראכטן און צוגעלייגט: "דער טאטע דער רבי שליט"א האט זיך נעכטן געלייגט זייעהר שפעט שלאפן זייענדיג פארנומען מיטן דרשה אויפן יומא דהילולא כ"ו אב..."

ביז דערווייל קוקט די גאס ארויס מ'זאל זיך וואס שנעלער קענען פארבינדן מיט מענדל וואלערשטיין, ווייל ביז דאן לאזט דער גאב"ד שליט"א בשום אופן נישט ארויס געבן די אינהאלט פונעם בריוו.

נעבעך די הנהלת העדה החרדית ליידן זיך אפ שווערע שעה'ן פון פיין און טעראר, מאיר ראטה קאלט אן יעדן באזונדער און גיסט איהם אן בקיתון של שופכין: "אונז האב מיר אפאר יאר זיך געבעטן אויף עפעס א קליינעם וואונק פון די חברי הבד"ץ קעגן די הולכים בערכאות און דא האט יצחק ראזנבערג באוויזן דאס צו טאן..", אזוי שימפט ער און שעלט בקולי קולות, און זיי נעבעך בעטן זיך על נפשם אז זיי ווייסן נאך אויך נישט דערווייל וואס עס איז די אינהאלט פונעם בריוו.

פאר איינע פון די חברי הנהלת העדה האט מען געקאלט בשם משה פראדלזון מיט א שטרענגע אזהרה, אז ער שווערט א נקמה קעגן די העדה החרדית אויב די בריוו קומט ארויס בעפאר דער ברוקלינער גאון וועט דאס איבערקוקן...

יעצט קומט אן די נייעס אז נחום אטיק מיט הקדוש יצחק ווייס זענען געקומען צו לויפן צום גאב"ד שליט"א אין שטוב און געבעטן אז דער צדיק חיים הערש ט"ב וויל זיך טרעפן מיטן גאב"ד פנים אל פנים, אבער זיי זענען נעבעך פארשיקט געווארן, ווייל דער גאב"ד וויל מיט קיינעם נישט רעדן איבער די בריוו פאר דאס קומט אן צו די הענט פונעם הולך בערכאות מענדל וואלערשטיין.

די צוויי שלוחים אטיק מיט ווייס ווילן זיך נישט אוועקרירן פונעם טיהר ביים גאב"ד, און טענה'ן פארוואס רבי חיים הערש מייזליש שליט"א ר"י מהרי"ט ד'סאטמאר בני ברק, האט בשעתו יא געקענט זיך טרעפן פרעזענליך מיטן גאב"ד, וואס איז זיין בלוט רויטער פון זיינע...

אלזא רבותי! ווער עס טרעפט דעם מציאה מענדל בן פייוול זאל זאפארט איינמעלדן פאר הנהלת העדה החרדית אין ירושלים, און אזוי אויך איהם מעלדן אז ער האט איבערגעלאזט זיין סעלעפאן ביי מיכל שלעזינגער... 

jhhoruyr » 16/8/2006 20:10

די בריוו איז איינס פון די סיבות וואס האט צוגעברענגט צו די מכתב אזהרה פון די חברי הבד"ץ העדה החרדית.
[בילד – נישט אפגעהיט]

jhhoruyr » 16/8/2006 20:13

תוקן על ידי - jhhoruyr - 16/08/2006 20:15:08

jhhoruyr » 16/8/2006 20:17

 

תוקן על ידי - jhhoruyr - 16/08/2006 20:32:15
[בילד – נישט אפגעהיט]

jhhoruyr » 16/8/2006 20:28

.[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 16/8/2006 20:55

אויב דער יפו'ער שטריק קען ליינען וואס דא שטייט, (לאפוקי, אויב ער איז א ריכטיגער ברא כרעא דאביהו)... דאן גייט ער ארום מיט א צעביילטען קאפ.



ארגינעלער » 16/8/2006 21:00

עס ברוך טאקע ארויסגעברענגט ווערן אז דער הויפט אנפירער פון די ערכאות איז דער באוויסטער העצער קעגן מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע דער רשע ומסור מיכל שלעזינגער.

וואס ער פירט אן די גאנצע זאך און ער פארשאפט געלט פאר די ציוניסטישע קארט, און ער זיצט מיט די לויער, און לויפט ארום צו רבנים אז מען זאל נשיט ארויסקומען קעגן די ציוניסטישע ערכאות

kj_village » 16/8/2006 21:02

איז דאס מיכל שלעזינגער פון ניו יארק?

jhhoruyr » 16/8/2006 21:06

יא
פון וויליאמסבורג

בא_ללמד » 16/8/2006 21:19

עס ברויך קלאר געשטעלט ווערן פון אנהייב אן, אז עס איז נישטא קיין שום אויסזיכטן אז די זאליס זאלן אמאל מסכים זיין צו גיין צו א דין תורה בזבל"א. עס איז נישט קיין ספק אז זיי האבן נישט די מינימאלע שאנסן צו געווינען ביי א געהעריגע דין תורה, אויסער ביי לינדער, אדער שפיצער/לאנדא. אפשר אויך ביי יצחק מאנדל. זיי וועלן ליבערשט לאזן פארפאלן גיין די האלב מיליאן שקל וואס זיי האבן איינגעלייגט אין געריכט ווי איידער זיך שטעלן צו דין תורה. אין מיינע אויגן גייט פאסירן איינס פון די צוויי: א) זיי גייען לייגן שרעקליכן טעראר אויף די חברי הבד"ץ, און בעיקר אויף ר' יצחק טובי', אז זיי זאלן צוריקציען פון דעם שארפן בריוו און מעלדן אז "זיי מישן זיך נישט". מעגליך אז צו דעם וועט אויך צוקומען א שפיל פון 'מסכים' זיין צו גיין צו ר' ישראל חיים מנשה צו דין תורה... אדער ב) גייען זיי אנפייפן דעם בד"ץ און ווייטער אנגיין מיט די קלאגע בערכאות, העכסטנ'ס וועט משה לייב דייטש און יוסף90 ארבעטן אווערטיים צו באשמוצן דעם בד"ץ אויך (עס שטייט נאך אויס פון זיי צו שרייבן אז דער בד"ץ איז גאר אריין בערכאות...). ג) עס איז אויך דא א ווייטע מעגליכקייט, אז זיי זאלן צוריקציען פונעם גאנצן עסק, לאזן פארפאלן גיין די האלב מיליאן שקל, אפווישן די נאז און געגאנגען ווייטער. די מערסטע איז פארגעזען די ערשטע מעגליכקייט. בפרט אז מען נעמט אין באטראכט אז מיר האבן בכלל נישט געבעטן פון די עדה זיך צו מישן, נאר דאס איז געקומען אויף זייער אייגענע אינציאטיוו, וועט זיין פיל לייכטער פאר די טעראריסטן צו פארשווייגן דעם קול ענות חלושה פון דארט, בפרט ביי דעם איידעלן ר' יצחק טובי'.

גאסט » 16/8/2006 21:41

מיכל שלעזינגער איז א שוואגער מיט מענדל וואלערשטיין

בערל550 » 16/8/2006 21:50

נאאאא!!!!!!!!

ווי איז די בריוו????

מה_טובו » 16/8/2006 21:55

די ווארט'סט נאך אויף א בריוו?

די האלטסט נאך אז די בריוו גייט ארויסקומען?

איך קען שוין די חברה נישט פון היינט, (אונז זעמיר אמאל געווען גוטע פריינד)
זיי וועלן איבערדרייען יעדעס שטיינדל אז אזא בריוו זאל נישט ארויסקומען, און אויב שוין יא א בריוו זאל עס זיין מיט א גוטע פליק פאר אונז אויך.

אלנספאל טייערע חברים ס'איז נישטא אויף וואס צו ווארטען.

kj_village » 16/8/2006 21:56

עס איז ווען אינטערסאנט צו לייגן דא א בילד פון מענדל וואלערשטיין טאטע, ווי ער פלעגט זיך ארום דרייען אין די געסלעך אין ירושלים, ער איז געווען ווי קוני רטענבערג אין ווילי.

מתעסקים » 17/8/2006 00:29

דער יפוער- פון י-ם דרייעט זיף א גאנצן טאג ארום צו כאפן דעם ר טובי אפשר וועט ער צוריקציען צוליב שלום בית תוקן על ידי - כל_העולם - 17/08/2006 1:46:33

אייןסאטמאר » 17/8/2006 00:53

פעשי האט זיך אויפגעוועקט, אט דאס שרייבט ער

ביי א זיצונג וועלכע איז פארגעקומען ביים ביד"צ העדה החרדית אין שפיץ פון כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א איבער דעם סכסוך און בני ברק.

האט דער ביד"צ באשטעטיגט וואס די בתי דינים "שערי משפט" און "משפט שלום האבן געשריבן, 1) אז אריינגעבן א קלאגע אין "רשם החברות" איז ערכאות לכל דבר, אין "חברת קרית יואל" מיז נישט אראפנעמען דעם "עיקול" וועלכע זיי האבן געמאכט אין בית המשפט אלס רעקאציע אויף די מסירות פון משה חיים ווייס און הר' אהרן טייטלבוים. 2) אז נאכן עיקול אין געריכט דארף מען גיין זיך שטעלן בוררות ווי חברת קרית יואל האט מגלה דעת געווען פאר אלע ביידע בתי דינים, אין ווי עס ווער קלאר ארויסגעשריבן אין היתר בי"ד פון ביד"צ "משפט שלום".

דער ביד"צ האט באשלאסן, אז משה חיים ווייס מיט הר' אהרן טייטלבוים מיזן ארויסגיין פון ערכאות צוריקציען פון די מסירות אין "רשם החברות", און דערנאך דארף "חברת קרית יואל" ארויסגיין פון ערכאות.
אין באשלוס שטייט אז די ארויסגיין פון ערכאות וועט פארקומען נאר נאך וואס מ'וועט אויסוועלן א זבל"א של ג', און נישט פארדעם.

אויך שטייט אין באשלוס אז דער דיון וועט זיין נאר איבער די רכוש פון סאטמאר אין בני ברק.

צודערצו האט דער ביד"צ באשטעטיגט עפ"י תורה דעם "עיקול" אז משה חיים ווייס טאר נישט בויען אין דעם "לאט" און ער טאר גארנישט טאן אין די קאפארעישאן.

ביים זיצונג האט דער ירושלימ'ער שליט"א עמאלדן אז דער בי"ד זבל"א טאר נישט דיין זיין איבער רביסטעווע, ווער עס איז רבי אין בני ברק, און עס איז נישט משנה איבער דעם סכסוך ווער האט דעם סמכות אויף די נכסים.

אויך איז באשלאסן געווארן אז אלע תובעים ונתבעים וועלן דארפן אונטערשרייבן "שטרי בירורין" אנגעהויבן פון הרה"ח ר' מענדל וואלערשטיין שליט"א, הר' אהרן טייטלבוים הר' משה חיים ווייס.

די באשלוס פון "ביד"צ העדה החרדית" איז אויפגענומען מיט גרויס פרייד ביי אלע ערליכע אידן אין ביי כל קהל חסידי סאטמאר.

קושקע » 17/8/2006 01:20

ער שטעלט אן א פנים כאילו ער וויל "דין תורה"...כא כא כא כא כא.

ווען אימער איך הער ווי זלמן לייב אפערט "דין תורה", דערמאנט מיך עס ווי אראפאט פלעגט צו זאגן "ווי וואנט פיס"

מבני_בניו » 17/8/2006 01:29

פעשי.

האסט פארגעסן צו מאכן א V מיט די פינגערס...

בא_ללמד » 17/8/2006 01:37

גוט מארגן ר' פעשי. ביי ענק שטייט מען אויף ביינאכט ? אדער אפשר שלאפסטו יעצט גאר, און מיר אלע האלטן מיט דיינע חלומות ? איך גיי זיך נישט טענה'ן אויף די גאנצע זאך, וואס איך קען נישט ווילאנג איך זע נישט דעם בריוו [אגב, דער בריוו איז ערגעץ "סטאק"... די זאליס ארבעטן מיט אלע כוחות אז בי"ד זאל נישט ארויסגעבן דעם בריוו פון זייער נצחון...]. איך וויל נאר פרעגן איין זאך: אפשר ביזטו אונז מגלה - דורכ'ן שר החלומות - וואו אינעם בריוו פון משפט שלום ס'שטייט דאס וואס דו שרייבסט יעצט?

בא_ללמד » 17/8/2006 02:17

[באקומען אין אישית:] פעשי, דו אליינס שרייבסט אין דיין קונטרס ע' י"ב אז די 'מסירה' וואס ר' משה חיים האט אריינגעגעבן ביי די רשם החברות איז אזוי געפערליך, אז ס'איז פשוט נישטא קיין וועג עס צוריק גוט צו מאכן נאר דורך גיין אין קאורט, ווייל ביי דין תורה קען מען דאס נישט פאררעכטן. איז וויאזוי קען יעצט די עדה פארלאנגען אז מ'זאל ארויסגיין פון קאורט און גיין צו זבל"א, מ'קען עס דאך נישט איבערמאכן אינדרויסן פון קאורט?

פעשי » 17/8/2006 02:35

עמוד יט די לעצטע צווי שורות שטייט

"כי שום בי"ד אפילו יפסוק נגד ר' משה חיים ווייס אינו יכול לתקנו, רק מתן "פסק דין הצהרתי" המחזיר יציבות החברה וחוקיות בעליה".


און דער בוררות גייט טאקע הייסן פאר איינע פון די צדדים מאכן א "דעקלעירעישאן", און דאס וואס מיר האבן געוואלט.

פעשי » 17/8/2006 02:37

עמ' כא שטייט ווי פאלגענד:
"בנוסף הביעו מנהלי חברת "שיכון קרית יואל בע"מ" את הסכמתם להתדיין בפני די"ת כדת וכדין, כאשר הר' משה חיים ווייס והר' אהרן טייטלבוים יחזרו מהמסירות ומהמלשינות שהגישו במשרד המשפטים הנ"ל".

זאליסאסמאן » 17/8/2006 04:32

א גאנצע טאג האט גענומען פאר די גולשים יוסף וחברו נחום, צו באקען א מהלך צו זיין געווינער.

פאטאקי08 » 17/8/2006 05:19

נו!
פעשי ווען גייסטו שוין צו דין תורה?
ווען גייסטו ארויס פון קארט?

ביז_אהער » 17/8/2006 05:19

וואס פארשטייסטו נישט. ביז אהער האט מען געארבעט אז די בריוו זאל בכלל נישט ארויסקומען, ווייזט אויס אז עס איז נישט געלונגען, הייבט מען יעצט אן צו ספינען די ניגון וויאזוי ס'לוינט זיך. יוסף מיר ווילן הערן א תירוץ, איר זענט גרייט צו גיין צו דין תורה בזבל"א? אויב סאטמאר וועט מער נישט גיין צו רשם החברות, און יעדער וועט זיין גרייט אונטערצושרייבן, קומען ענק צו דין תורה?

שפיטצער06 » 17/8/2006 07:17

נאך א גאנצע טאג וואס יוסף90 האט געארבעט אויפן עדה ס'זאל נישט ארויס קומען קומט ער אויף הייד פארק אין הייבט אן שרייען אז די עדה קומט ארויס מיט בריוו קעגן אינז איך האב א פאר שאלה'ס

פעשי שרייבט אזוי (די אהרונים האבן געפאדערט אז דער בריוו זאל זיין געוואנדן נאר צו ר' מענדל וואלערשטיין)

פעשי לויט ווי די שרייבסט דע ווערטער מיינט אז דער בריוו איז פאר וואלערשטיין אין ס'וועט אויף שטיין משה חיים'ס נאמען

שומו שמים די עדה האלט נישט ווי דיר אז משה חיים איז גאנגן אין קארט?

פעשי שרייבט ווייטער אזוי

(די אהרונים לייגן איצט גרויס פרעשע אז דער בריוו זאל נישט ארויסגיין ווייל עס איז אויך געוואנדן צו די אהרונים וועלכע זענען געגאנגען אין ערכאות)

וואס הייסט אויך צו די ארוינים? לויט דיר דארף ווען זיין אויך צו די זאליס

פעשי שרייבט ווייטער

(דער בי"ד שרייבט נישט דאס ווארט "ערכאות" עס שטייט "שלטונות", ווייל דער ביד"צ האט נישט געוואלט שרייבן ערכאות, ווייל זיי האבן געהאלטן אז "חברת קרית יואל" האט נאר גענטפערט אויף די מסירות)

פעשי איך האב געמיינט ס'איז א אטאם באמבע אז ס'שטייט אז אינז גייען אין ערכאות

פאטאקי08 » 17/8/2006 19:30

איך האב געזען א קונטרס מיטן נאמען
"היכי דמי חילול השם"

ארויסגעגבן דורך
קהל יטב לב דסאטמאר בני ברק

קען איינער עס ארויף לייגן דא?

פעשי און יוסף 90 וועלן נישט קענען עפענען זייער מויל נאכדעם וואס יעדער וועט זען פונקטליך דברים כהויתן און די שודרליכע מעשים פון רז"ל

volvi06 » 17/8/2006 20:39

the letter is out already can somebody post it?

קושקע » 17/8/2006 21:03

איך בין זייער פעסעמיסטיש אז זיי גייען פאלגן די ביד"צ. אין זלמן לייב'ס פורום, דרייען זיי שוין מיטן צינג, ארון, טענטער, רשם, גשם, די אלע קרעפ. עכ"ז מ'קען קיינמאל וויסן אפשר וילמדו תועים בינה.

נן, וואלערשטיין, פאלג שיין דיין רב גיי ארויס פונעם בית משפט...

אבער שוין!

קושקע » 17/8/2006 21:04

...


[בילד – נישט אפגעהיט]

פאטאקי08 » 17/8/2006 21:14

נו!
פעשי\יוסף90\וואלערשטיין\רז"ל

גייסטו יעצט שוין גיין צו דין תורה אדער גייען זיי אויך ווערן ציונים?

ביז_אהער » 17/8/2006 21:15

יאסעלע. אז מ'דארף ארויסגיין פון קאורט פאר די דין תורה [איך קען אויף דעם זיכער באשטיין, דער איינציגער וואס איז אין קאורט איז מענדל ואלערשטיין]? ווער ס'דארף אלס אונטערשרייבן שטרי בירורין? וכו'. און די הויפט קשיא: גייען ענק שוין ענדליך גיין אמאל צו דין תורה בזבל"א? תוקן על ידי - ביז_אהער - 17/08/2006 21:18:58

פאטאקי08 » 17/8/2006 21:21

שטייט קלאר ארויס

והדיינים שיתבררו יפסקו איך להתנהג בכל הפרטים הנוגעים לסכסוך הנ"ל

סאו חיים הערשעלע וואטש אוט!

תוקן על ידי - פאטאקי08 - 17/08/2006 21:25:07

עכטע_נייעס » 17/8/2006 21:49

זיי שרייבן אז ס'דארף זיין א פסק דין ביז ראש חודש כסלו תשס"ז

מקוה_איד » 17/8/2006 21:56

ווען ס'קומט צו די זאליס האב איך א כלל SEEING IS BELEIVING, איינער האלט דא באמת אז די זאליס גייען ארויסגיין פון קארט? COME ON. זיי האבן באקומען אן עיקול, זיי שמעקן געווינסן, איך גלייב שווער אז זיי גייען פאלגן די ביד"צ זיי וועלן זיך טרעפן אלע תירוצים זיך ארויסצידרייען.

אויב עס וועט געשען עפעס א נס און זיי גייען יא פאלגן די ביד"צ, און גענצליך מבטל זיין די תביעה אין ציוניסטישן געריכט, דארף מען זיי סאלוטירן, GIVE CREDIT WHERE CREDIT IS DUE.

גאסט » 17/8/2006 22:06


דער קונטרס היכי דמי חילול השם

http://www.yousendit.com/transfer.php?action=download&ufid=CD50791B3FCE6BBE

boro567 » 18/8/2006 00:06

Can someone repost this link because it expired? Thank You

abi_gezint » 18/8/2006 00:20

ענק זענען אויפן קאפ געפאלען??? די זאליס זאלען ארויסגיין פון ערכאות?? פארוואס?? פארווען?? די ביד"ץ שרייבט דאך קלאר און בריוו אז רשם התחברות איז ערכאות און אויך שרייבן זיי דארטן קלאָר אז ווילאנג אהרן טייטלבוים (יא אזוי שטייט קלאר ממש בזה הלשון) גייט נישט ארויס פון ערכאות דארפען די זאליס נישט ארויסגיין פון ....... ס"ה האט די ביד"ץ יעצט געגעבן א היתר פאר די זאליס

גאסט » 18/8/2006 00:22

זעט אויס אז מען האט עס צופיל מאל געדאונלאד

דא האט עטס נאכאמאל די פייל

http://www.yousendit.com/transfer.php?action=download&ufid=7A4F56716F4C6607

boro567 » 18/8/2006 00:28

א גרויסען ישר כח. 

בא_ללמד » 18/8/2006 06:14

ס'גייט מיר גאנץ ווייניג אן וואס יוסף90 שרייבט אז ער האלט אז די עדה האט געמיינט, פון מיין זייט זאל ער טאנצן אין די גאסן אז ער האט געווינען. איך ווייס איין זאך: די זאליס גייען זיך דארפן שטעלן צו דין תורה בזבל"א ! קיין בעסערע זאך פון דעם קען זיך סאטמאר נישט ווינטשן ! איך בין זיכער אז ס'איז נאכנישט פארטיג, זיי גייען פרובירן אפצושטעלן - אדער כאטש אריינרעדן אין - דעם פראצעדור, און צוזאמען מיט אלע טויזנטער סאטמארע חסידים בין איך מתפלל צום רבש"ע אז זיי זאלן איינמאל פאר אלעמאל זיך מוזן שטעלן צו א געהעריגע דין תורה, און דער קלארער אמת זאל ארויפשווימען.
בלאט: 1 2