היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » יומא דהילולא קדישא - כו אב תשס"ו

יומא דהילולא קדישא - כו אב תשס"ו

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2013637

yones69 » 16/8/2006 03:53

ביטע שרייבן דא איבער די יומא דהילולא קדישא פון מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט פירן די יערליכע צענטראלע סעודת הילולא און סיום הש"ס ומשניות אינעם ביהמ"ד הגדול וואס דער בעל הילולא האט אויפגעשטעלט אין קרית יואל.

יוסף90 » 16/8/2006 04:00

וואס איז מיטן בעל "ויואל משה" ?

yones69 » 16/8/2006 04:19

דער מסור ומלשין וואלערשטיין דער משלח פונעם יפוי'ער האלט אינמיטען טרעטען און טאנצען דעראויף.

יוסף90 » 16/8/2006 04:29

ווער איז דער יפו'ער ?

בן_אהרן » 16/8/2006 04:37

גראדע מיינס א קרוב
א עגול ואשמח (עגיל ו עס מעך)

yones69 » 16/8/2006 05:06

די מיינסט וואס ער האט אפגעטאן רח"ל אין יפו?

יוסף90 » 16/8/2006 05:06

איך ווייס נאך אלס נישט?

yones69 » 16/8/2006 05:26

פרעג די וועד הצניעות אין ירושלים.

שמח_תשמח » 16/8/2006 05:58

יוסף90, יישר כח פארן פארדרייען דעם אשכול.

yones69 » 16/8/2006 22:00

איך מיין אז ר' זלמן לייב טוט א גפערליכע שריט קעגן די רצון פון זיין טאטע, צו פירן די סעודה הילולא לעבן קרית יואל.

ווייל די לעצטע יארן האט ער נישט געלאזט מרן רבינו בעל ברך משה פירן די סעודה הילולא אין קרית יואל, נאר זיך אריינכאפן אויף 15 מינוט צום ציון הק' אין שנעל אנטלויפען פון קרית יואל.

טא וויאזוי מעג ער פירן...?

עכטע_נייעס » 20/8/2006 17:27

די רבי שליט"א האלט יעצט אינמיטן דאווענען נאכן דאווענען וועט זיין א לחיים אין ישיבה נאכדעם וועט די רבי גיין צום ציון

פאטאקי08 » 20/8/2006 23:05

ווען קומט דער שטריק רעדן פונעם סקול דיסטריקט אין מייקל סאסמאן'ס שול?

כל_העולם » 20/8/2006 23:20

ביז_אהער:

סיגעטער קומט יעצט פיר אזייגער צום ציון.

chiken » 21/8/2006 01:01

who cares?

שלוםצאידען » 21/8/2006 02:26

ווער עס קען מזכה זיין דעם עולם מיט בילדער פון היינט כו' אב תשס"ו' ביים ציון
וועט מחיה זיין אסאך אידן איבער די וועלט

ולמצוה גדולה יחשב

יוסף90 » 21/8/2006 02:50


שמח תשמח

yones69 האט פארדרייט דעם אשכול, קוק עס גוט נאך.

חיים_נחום » 21/8/2006 03:26

איך בין מיך אויך מצטרף צו שלום 'שלוםצאידן' . איך האב מחמת איזה סיבה נישט זיך געקענט באטייליגן ביים יארצייט היינט, בעט איך ברחמים ווער עס האט עפעס בילדער פין די מסיבת לחיים, עלי' לציון, סעודת הילולא, זאל מוחל זיין ארויפלייגן, אל תחזיק טובה לעצמיך!

רעדנדיג » 21/8/2006 07:21

נא ווי אזו איז געווען דע שלחן הטהור פון רבין שליט"א

תימענער » 21/8/2006 20:08

כ"ק מרן רבינו שליט"א מיט בנו הגדול הגה"צ אבדק"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א ביים ציון הק'.

[בילד – נישט אפגעהיט]

אייןסאטמאר » 21/8/2006 20:16

אבי_געזונט » 21/8/2006 21:21

yones69 » 22/8/2006 01:49

ביי די צענטראלע סאטמאר סעודה הילולא אין ביהמ"ד הגדול בקרית יואל, זענען ווי אלע יארן צוזאם געקומען טויזנטער אידן תלמידי וחסידי סאטמאר זקנים עם נערים די ביהמ"ד איז געווען געפאקט מן הקצה אל קצה, די ריזיגע הויכע פראנטשעס זענען געווען איבער געפילט מיט טויזנטער בחורים מען האט קיין נאדל נישט געקענט אריין שטעקן.

אויך האבן זיך באטייליגט איבער 100 רבנים פון גרעטער ניו יארק, ווי אויך האבן זיך באטייליגט די דייני קהלה הק' פון סאטמאר ווי הגאון הגדול רבי אליקים געציל בערקאוויטש שליט"א דיין קרית יואל, הגאון הגדול רבי  מרדכי בצלאל קליין דיין סאטמאר לעקוואד, הגאון הגדול רבי משה פריעדמאן שליט"א דיין סאטמאר בארא פארק, הגאון הגדול רבי לייביש טייטלבוים שליט"א דיין סאטמאר מאנטיסעלאו.

מיט גרויס כבוד האט מען אויפגענומען דער גרויסער גאסט הגאון הגדול רבי אליקים שלעזינגער שליט"א פון לאנדאן.

רבינו שליט"א האט געמאכט די סיום הש"ס ומשניות און געזאגט קדיש, און דערנאך געזאגט די צענטראלע "סאטמאר יאר דרשה",

די הויעך פונקט פון די דרשה איז געווען די הייליגע ווערטער וואס רבינו שליט"א האט געזאגט לחזור ולשנן תורתו הק' של מרן רביה"ק זי"ע, איבער די ציוניסטישע מדינה הטמאה און אירע נאכשלעפערס.

אבי_געזונט » 22/8/2006 02:42

א טייל פונעם אויבן אן אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל נעכטן כ"ו אב ביים סיום
מען קען באמערקן הרב שלעזינגער שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט]

געשמאק » 22/8/2006 07:43

.

פיקטשערס » 22/8/2006 07:46

[בילד – נישט אפגעהיט]

פיקטשערס » 22/8/2006 07:49

[בילד – נישט אפגעהיט]

פאטאקי08 » 29/8/2006 21:28

א קאפי פונעם טשעק ביטע