היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » אידישער וויקיפעדיע גרייכט 2,000 ארטיקלן

אידישער וויקיפעדיע גרייכט 2,000 ארטיקלן

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2013360

williboy » 15/8/2006 21:01

אמת ס'רוב פון זיי טויג נישט. אבער פאר אן התחלה איז דאך דאס מער ווי גארנישט.

אידעלעך לאמיר זיך נעמען אין די הענט אריין, אם איןאני לי מי לי. דאס אידישער שפראך וויינט און בעט זיך צו אייך נעמט אייער פעדער און שרייבט אראפ עפעס וואס איז נאנט צו אייער הארץ זאלן אנדערע דאס קענען געוואור ווערן און דורכארבייטן צוזאמן.

געדענקט קיינער קען אייך נישט מעקן. מ'קען נאר פארבעסערן דאס וואס איר ווייסט שוין און צולייגן דערויף וואס איר ווייסט נאך נישט.

בשורות טובות
הק' וויליבוי
תוקן על ידי - סאכדעס - 15/08/2006 21:17:17

סאכדעס » 15/8/2006 21:13

אם אין אתה לך שום אחד אינו.
הער אויס קיינער אבער קיינער איז נישט פאראינטערסירט אויף די שמוציגע סייט, נעקסטיים זוך דיר בעסערע פארטנערס.

williboy » 15/8/2006 21:17

קודם כל סאיז נישט שייך צו אנרופן די סייט שמוציג, כאטשיג מ'קען דערצו צוקימען צו שמוץ, ווייל פונקט אזוי ווי הייד פארק האט שמוציגע סייטס האט דאס אויך בלעטער פון שמוץ.

די איינציגסטע עצה, צו פארמיידן שמוץ איז האבן זשעי.נעט.

קאמענטאטאר » 16/8/2006 02:41

נישט אמת, אין דער וויקפידיע ווערט באנוצט זייער א געמיינע שפראך, דאס וואס איר וועט נישט טרעפן אין שום געדריקטע צייטונג אויף אידיש.

קאמענטאטאר » 16/8/2006 02:44

צווייטענס, אין דער וויקפידיע אליינס איז Jnet כמעט נישט מבחין בין טוב לרע.

williboy » 16/8/2006 16:27

אוואדאי וועט איר נישט טרעפן וויקיפעדיע שפראך אין א צייטונג, ווייל וויקיפעדיע איז אפען פאר יעדן צו שרייבן. און א צייטונג גייט דורך רעדאקטארן און די שפאקטיווען פון פארטייאישע אינטערעסן.

וויקיפעדיע געהער נישט פאר קיינעם, נאר פאר אייך. עס איז דא וואלן פאר יעדן אישו. אויב האט דאס לויט אייער טעיסט נישט קיין איידל שפראך, איז אנשטאט דאס מפקירזיין פאר די נידעריגסטע עלעמענטן, נעמט אייך אין די האנט אריין און פארבעסערט די ווערטער וואס שטערן אייך.

כללית'דיג איז נאריש און היפאקריטיש צו נעמען אזא ריזיגן שלל ארטיקלן פון 2,000 און אפ'פסל'ן אלעס צוליב איין ווארט וואס איר זענט פויל צו טוישן. עס שרייט אז עפעס אנדערשט באדערט אייך מיטן וויקיפעדיע, און דאס זעלבע באדערט פאר די פרייע אויפגעקלערטע ווי קטלא קניא און אנדערע וואס באקעמפן אויך דאס פרייען אויסטויש פון אינפארמאציע. איר האט מורא פון דאס פרייען ווארט...

JNET איז נישט מבחין בין טוב לרע, ווייל ער לאזט נישט ארין אין די אלע ארטיקלן וואס זענען עוסק אין תאווה אישוס. אפילו עס איז דירעקט געשריבן  מיטן  תפקיד און סטיל צו לערנען די הלכות און מנהגים. דער פראבלעם, אבער עס אזי דאך נאר א קאמפיוטער פראגראם איז פארשטענדליך אז ער בלאקט אלעס.

קאמענטאטאר » 16/8/2006 19:16

האסט מיך צוויי מאל שלעכט פארשטאנען,
קודם כל באדערט מיר נישט וואס פאר א סארט נייעס ס'ווערט דארט געשריבן, נאר וויאזוי ס'איז געשריבן, ווצב"ש מאראלישע פאברעכנ'ס ווערט דארט באשריבן מיט'ן גאנצן נידריגקייט וד"ל, קען זיין דאס איז וואס דו האלטסט אז אונזערע קינדער דארפן וויכטיג וויסן.

צווייטענס Jnet איז נישט מבחין אז כמעט וואס זיי בלאקן גארנישט דארט, און מ'קען פון דארט צוקומען צו אסאך אומגעוואונטשענ'ס, בעיקר ווייל רוב זענען איזראעלי מקורות וואס זענען שוואכער געדעקט דורך Jnet,

meshug » 18/8/2006 01:45

לפי נוסח הכתיבה שם, אני משאר שהכל נכתב ע"י גולש אחד שכל זמנו בידו.

הבעיה הוא רק שאין לגולש ההוא שפה שימשוך את הקוראים.

משהו יבש שם.

שירעם » 18/8/2006 05:00

מער ווייניגער ביסטו גערעכט מיט דיין השערה, נאר וואס דו שרייבסט צום סוף 'משהו יבש שם', ס'איז שוין גארנישט קיין משהו יבש, פיל מער ווי אביסעל...

williboy » 27/8/2006 04:37

די וואך פארלייגן זיך יעדער איינער אויף דעם ארטיקל דער צווייטער וועלט קריג.

העלפט דאס פארשענערן, פארברייטערן,  און ועל כולם אנפילן.

מיטן כוח הרבים וועט מען אנקומען!

תוקן על ידי - סאכדעס - 28/08/2006 0:59:03

משוגענער » 1/9/2006 01:27

דער אידישער וויקיפעדיע האט נישט קיין זינען און קיין שום פשט, עס איז געשריבען דורך אפאר משוגעים פשוטו כמשמעו. עס איז ממש נישט אינטערעסאנט אריינצוגיין אהין, פשוט ווייל עס אפערט נישט גארנישט ספעציעל. אויב איהר ווילט עפעס באמת וואוסען דאן לוינט אייך פול מער צו נוצן דעם וויקיפעדיע אויף ענגליש, ווי איהר וועט טרעפן פיל פיל מער אינפארמאציע ווי אין דער מאגערער אידיש וויקיפעדיע וואס האלט זיך גרויס מיט איהר אויסגעדארטן מאס פון צוויי טויזנט ארטיקלען, וואס ווי מיר אלע ווייסען איז ווען מען רעדט פון אן אנציקלאפעדיע איז דאס ממש א ליצנות. אלזא, מיר ארט גענצליך נישט אז אפאר אידן האבן וואס צו טון מיטן טאג, אדרבה, זאלן זיי זיך איינרעדן אז זיי ברענגן א תיקון השלם אויף דעם עולם העשיה מיט זייער אידישער-יידישער וויקי.

williboy » 1/9/2006 17:36

1. דער אידישער וויקיפעדיע איז טאקע זייער זייער נישט אינטערסאנט, דעריבער בעטן מיר קומט אריין אהין און העלפט דאס אויפבויען.

2. דער ענגלישער ניו יארק טיימס איז אויך אסאך מער אינטערסאנטער ווי די אידישער דער בלאט אדער דער איד. דאך פארשטייט יעדער איינער אז מען דארף נישט מפקיר זיין אידישע צייטונגען פאר גויאישע.

3. ליידיגייער זענען מענטשן וואס האבן געבויעט אלע וויקיפעדיע שפראכן, רוב פון זיי זענען סטודענטן און ארבייטסלאזע. ווייל אנדערשט ווי דער בלאט און דער איד וואס צאלן פאר שרייבער איז וויקיפעדיע א פרייע פלאץ ווי מ'שרייבט אומבאצאלט.

4. קיינער האלט זיך אבסאלוט נישט גרויס, איך ווייס נישט פארוואס דו זיכסט צו באשמיצן סתם אזוי. אדרבה ליין די ערשטע הודעה וועסטו זעהן ווי מ'דרוקט זיך אבאסאלוט נישט אויס מיט קיין שמחה פון א דערגרייכונג מזאגט קלאר אז עס איז גארנישט מיט נישט און מ'בעט איך איר זאלט צולייגן א פלייצע וועט אפשר עפעס ווערן דערפון.

5. און אי"ה איך האלט יא אז אויב אידישער וויקיפעדיע וועט זיך אויסארביין וועט דאס ברענגן אויף דעם עולם א תיקון השלם. בלויז פאר דעם טעם וואס איך קען נישט שרייבן ווייל מ'וועט דאס אויסמעקן ווי מ'האט מיך שוין דא פריערט געמעקט אפאר מאל.

6. און וואס באדערט אייך אז איר האט אוזי מורא פון א וויקיפעדיע וואוקס אז איר דארפט דאס אנרופן משוגעים און אפרעדן מענטשן פון אהין צוקומען. איך האב א טעאריע באט איך קען עס אויך נישט שרייבן ווייל מ'וועט מיך אויסמעקן.

7. איך גארעלטיר אייך פאר אייער גיבורת דא פון מעקן און העצן דא זענט איר בעל הבית. גייט אן מיט אייער צענזור און שקר. סוועט מסתמה עפעס אויפטאן אבער לעומת זה קענט איר נישט אפשטעלן אינגאצנן דעם וויקיפעדיע וואוקס ווייל איר זענט שוין היינט נישט אזא כוח ווי אמאל, צוליב די קאמפעטישאן אויף הייד פארק זעלבסט.

8. אידיש אויפן אינטערנעט איז נאך בכלל א חלום ווייל ווער האט אינטערנעט צייט צו שרייבן אידישע פאנטס נאר די וואס זענען ביזי מיט עפעס איין זאך וד"ל.

איצט קענט איר מעקן מיט הנאה איך פארגין עס אייך מיטן גאנצן הארץ!

סאכדעס » 1/9/2006 19:54

מיינע ווערטער אין רויט

1. דער אידישער וויקיפעדיע איז טאקע זייער זייער נישט אינטערסאנט, דעריבער בעטן מיר קומט אריין אהין און העלפט דאס אויפבויען. -קיינער וויל דאס נישט, טעמים וועסטו זעהן שפעטער אין סעיף 8-

2. דער ענגלישער ניו יארק טיימס איז אויך אסאך מער אינטערסאנטער ווי די אידישער דער בלאט אדער דער איד. דאך פארשטייט יעדער איינער אז מען דארף נישט מפקיר זיין אידישע צייטונגען פאר גויאישע. -וואלט דער בלאט/איד געווען אזוי געמיין און שמוציג ווי די גוי'אישע צייטונגען, און ווי דער אידישער וויקי, וואלט מען דאס גערן מפקיר געווען, אבער נאך ווי-

3. ליידיגייער זענען מענטשן וואס האבן געבויעט אלע וויקיפעדיע שפראכן, רוב פון זיי זענען סטודענטן און ארבייטסלאזע. ווייל אנדערשט ווי דער בלאט און דער איד וואס צאלן פאר שרייבער איז וויקיפעדיע א פרייע פלאץ ווי מ'שרייבט אומבאצאלט. -נאך א סיבה פארוואס נישט צו ליינען אין שרייבן אין וויקי-

4. קיינער האלט זיך אבסאלוט נישט גרויס, איך ווייס נישט פארוואס דו זיכסט
-זוכסט- צו באשמיצן -באשמוצן- סתם אזוי. אדרבה ליין די ערשטע הודעה וועסטו זעהן ווי מ'דרוקט זיך אבאסאלוט נישט אויס מיט קיין שמחה פון א דערגרייכונג מזאגט קלאר אז עס איז גארנישט מיט נישט און מ'בעט איך איר זאלט צולייגן א פלייצע וועט אפשר עפעס ווערן דערפון. -אזוי וואונטש איך אייך ביזן סוף פון וויקי, וויינט און בעט אז מ'זאל לייגן א פלייצע, איך האף אז קיינער וועט דאס אייך נישט טוהן, אויסער די אלע וואס האבן שוין דאס פרובירט צו טוהן דא אין א אידישן פארום-

5. און אי"ה איך האלט יא אז אויב אידישער וויקיפעדיע וועט זיך אויסארבייטן וועט דאס ברענגן אויף דעם עולם א תיקון השלם.
-ליין: אז מ'וועט קענען רעדן פון אלע מיני שמוץ אויף ריין אידיש אן אפהאלט- בלויז פאר דעם טעם וואס איך קען נישט שרייבן ווייל מ'וועט דאס אויסמעקן ווי מ'האט מיך שוין דא פריערט געמעקט אפאר מאל. -אוודאי וואלט איך אויסגעמעקט די תגובה אויב וואלסטו געשריבן דעם טעם דא איז נישט וויקי-

6. און וואס באדערט אייך אז איר האט אוזי מורא פון א וויקיפעדיע וואוקס אז איר דארפט דאס אנרופן משוגעים און אפרעדן מענטשן פון אהין צוקומען. איך האב א טעאריע באט איך קען עס אויך נישט שרייבן ווייל מ'וועט מיך אויסמעקן.
-אוודאי וואלט איך אויסגעמעקט די תגובה אויב וואלסטו געשריבן דיין טעאריע, דא איז נישט וויקי, און דיינע טעאריעס זאלסטו שרייבן נאר דארט-


7. איך גארעלטיר
-וואס איז די ווארט? איז דאס אידישיסטיש?- אייך פאר אייער גיבורת -וואס איז די ווארט? איז דאס אידישיסטיש?- דא פון מעקן און העצן -דא קומט א קאמע- דא זענט איר בעל הבית. גייט אן מיט אייער צענזור און שקר -הממממ. גאנץ גוט- . סוועט מסתמה -מסתמא- עפעס אויפטאן אבער לעומת זה קענט איר נישט אפשטעלן אינגאצנן -אינגאנצן- דעם וויקיפעדיע וואוקס ווייל איר זענט שוין היינט נישט אזא כוח ווי אמאל, צוליב די קאמפעטישאן אויף הייד פארק זעלבסט. -דא דארף מען דרייען זייער שטארק מיט די פינגער, אנדערש פארשטייט מען נישט דעם טיפזיניגן פשט פון די אידישיסטן אין אלגעמיין-

8. אידיש אויפן אינטערנעט איז נאך בכלל א חלום ווייל ווער האט אינטערנעט צייט צו שרייבן אידישע פאנטס נאר די וואס זענען ביזי מיט עפעס איין זאך וד"ל. -דא קומט ארויס דיין אמת'ע פרצוף, וואו דיין -און דיינע קאלעגעס- קאפ ליגט אגאנצן טאג-

איצט קענט איר מעקן מיט הנאה איך פארגין עס אייך מיטן גאנצן הארץ! -אזוי קוקט טאקע אויס, אז דו האסט באמת הנאה-

סאכדעס » 1/9/2006 19:55

הערה קצרה, איך האב נאר געמעקט די לינקים וואס ער האט אריינגעשטעלט, צוליב הרחק מפתח ביתך.

kraitchmer » 1/9/2006 20:46

להתוודע ולהגלות, אז די גאנצע געפעכט דא איז נאר אנגעגאנגען אדעתא דהכי וואס סאכדעס האט זיך מאיזה סיבה צוגע'דמיון'ט אז דער דאזיגער וויליבאי איז א היימישער, א שרייבער אין די היימישע פורומים אויף היידפארק, מיר גלייבן אז ווען סאכדעס וואלט געוואוסט אז דאס איז דער אומסטאבילער פארשוין הידוע לשמצה, וואלט ער ניטאמאל אנגעהויבן צוריקצורעדן, כדכתיב אל תען כסיל כאולתו.

williboy » 1/9/2006 23:33

קומט אריין אין אידישען וויקיפעדיע די וואך בארבייטן מיר צוזאמן דעם ערך פון "עסנווארג"

קומט און פארעמט אויס וויקיפעדיע לויט אייער געשמאק!

משוגענער » 2/9/2006 23:20

ווילי,
קענסט זיין זיכער און רואיג אז וויקיפעדיע אין אידיש וועט קיינמאל נישט צוקומען צו זיין עפעס אן ערנסטע וויקיפעדיע צו דער זאך, ווייל אויסער אפאר משוגעים איז נישט דא ווער עס זאל שרייבן דערין.

איך האב פאר דיר א גרויסער סוד: איך שרייב אויף וויקיפעדיע אין ענגליש גאנץ אסאך! יא, אזוי ווי די הערסט. איך שרייב טאקע נישט א געוואלד, אבער איך בין דארט שטארק אקטיוו. פון די אנדערע זייט, פאנג איך נישט אן אריינצוטרעטן אינעם יידישען וויקיפעדיע, ווייל איך האב מיר פשוט פארעקלט דערפון. זייער אסאך ארטיקלען דארט זענען געשריבן קינדעריש, און נאכמער זענען מלא טינופת ושאר רוחות רעות.

איך ווייס דאך גלייך וואס די גייסט מיר דא ענטפערן. איהר נוצט אלע דעם זעלבען נארישע ארגומענט. "אויב עס געפעלט דיר נישט, דאן אדרבה קום אריין און פאררעכט עס". וויל איך דיר מוסר מודעה זיין אז רוב פון אונזערע היימישע אידן זענען נישט אינטערעסירט אז דער וויקיפעדיע זאל האבן א הצלחה. די האלטס אז דער וויקיפעדיע וועט טאקע זיין א תיקון העולם, אבער רוב פון אונזער עולם האלט פונקט קאפויער פון דיר.

עס דערמאנט מיר די מעשה פונעם צאנזער רב וואס האט אמאל זיך אויסגעדריקט "ווען איך בין געווען יונג, האב איך געמיינט אז איך וועל מתקן זיין די וועלט. ווען איך בין געווארן עלטער האב איך געזעהן אז איך וועל דאס נישט בייווייזען, האב איך געטראכט אז איך וועל מתקן זיין מיין שטאט, דערנאך האב איך געזעהן אז דאס איז אויך אוממעגליך. האב איך געוואלט מתקן זיין מיין הויזגעזינד, האב איך מיך דערנאך איבערצייגט אז דאס איז אויך נישט אין מיין יכולת, און קוים וואס איך קען מיר אליין כאטש מתקן זיין". די מיינסט טאקע אז דאס וועט זיין דער תיקון העולם? לאז זיין, נו אבער על כן, איז וואס? בין איך דען אינטערעסירט דער וועלט צו מתקן זיין? עס אינטערעסירט מיר נישט קיין טראפל נישט! איך האלט נישט אז מיינע קינדער און דער קומענדיגער דור וועט האבן דערפון עפעס אזא גרויסער תיקון העולם. איך זוך נישט צו פארבעסערן די וועלט. איך זוך אויפצוציען מיינע קינדער און אהיים ברענגען פרנסה, און לעבן א שטיל און רואיג לעבן. וואס וועל איך האבן דערפון פון שרייבן אויף דער אידישער וויקיפעדיע? סתם אריינלייגן ארבעט און כוח, ווען איך ווייס אז עס איז פשוט לריק? אזא משוגענער בין איך נאך נישט! אין דער צייט קען איך טון בעסערע זאכען, ווי למשל ליינען עפעס אן אינטערעסאנטער ארטיקל אויף דער ענגלישע וויקיפעדיע ווי אלעס איז מלא תוכן, און עס איז ממש א מחי'.

גרויזאמער » 3/9/2006 20:10

משוגענער גוט געזאגט! איך האלט עס וועט האבן אזא הצלחה ווי זיין פארום "עצור כאן חושבים" אין אידיש, אדער זיין בלאג "דער אידישע וועלט", אדער זיין פארום "וויקי נייעס". ווילי בין איך געשלעכט? אופס... כ'מיין גערעכט?

משוגענער » 3/9/2006 23:34

דער עצור כאן חושבים סיי אויף אידיש און סיי אויף ענגליש איז דער גרעסטער געלעכטער אינעם היימישען דיגיטאלישער וועלטל. מען שרייבט דארט בערך איין מאל אין פינף זעקס וואכן.

A_ROD » 5/9/2006 15:23

איך ווייס נישט אויב איהר ווייסט דא, אבער דער פורום דא האט זוכה געווען צו אביסל עדווערטייזמענט אין דעם אידישע ויקיפידיע.

איך האב שוין לאנג נישט באזוכט דא, אבער היינט האב איך געזעהן אז זיי ברענגן א לינק אהער, בין איך אהערגעקומען.

אוי, וואס זאל איך אייך זאגן, איך האלט דוקא מיט אייך און נישט מיט זיי. דער אידישע ויקיפידיע סאקט אין גרויסען. איך פערזענליך נוץ שוין כמעט נישט קיין אידישע סייטס, איך בין שוין זאט פון דעם, אבער ווי ווייט היידפארק איז נישט אינטערעסאנט איז די אידישע ויקיפידיע מער נישט אינטערעסאנט.

מיינע פינגער טוען מיר וויי. שוין לאנג נישט געשריבען אין אידיש...

דיפלאמאט » 7/9/2006 07:07

איך גלייב נישט וואס כ'זע.

A ROD?

ביסטו דער וואס האט געשריבן די גלענצענדע ארטיקלען אין דעם געשמאקן פורום וואס דו האסט געגרינדעט און עס גאר שנעל געשלאסן?

ביטע, קום אביסל צוריק, מיר וועלן דיר ארויסהעלפן אין דיינע אונטערנעמונגען, מיר ברויכן האבן אזא קראפט ווי דיר.
תוקן על ידי - kraitchmer - 08/09/2006 17:49:56

A_ROD » 8/9/2006 07:40

א גוטן אייך חשובער דיפלאמאט.

איך האב נישט געגלייבט אז איינער וועט אפילו געדענקן מיין פארגעסענעם נאמען, און אט דא זעה איך אז עס זענען נאך פארבליבן אפאר פאר'דביקות'דיגע נאכפאלגערס וועלכע קוקען נאך מיט אינטערעס אויף ווער עס איז מיט אונז און ווער עס איז א פארגאנגענהייט.

איך האב נישט פארשלאסן דעם פורום דירעקט, נאר וויבאלד עס האט זיך נישט אפירגעזוכט שרייבער האט עס געקראגן אזא פנים.

איך וואלט זייער געוואלט צוריקומען צו היידפארק און די היימישע אידישע יונגעלייט וועלכע זיצן דא און פארברענגען אזוי געמיטלעך, אבער איך זוך נאך דער פאסיגע פלאץ דערצו. רובא דרובא פון אידישע פורומען זענען געגאנגען זייער לעצטען וועג, און די קרישקעס דערפון זענען נישט גענוג צוציענד פאר מיר. איך האב געטראכט פון אנפאנגען צו שרייבן אויף די היימישע קרעטשמע וועבזייטל, אבער איך וועל דיר מוזן זאגן דעם אמת: איך בין נישט אנטציקט דערפון. איך גלייך בעיקר נישט דער פאקט אז דארט דארף איך כסדר ריקן און דרייען די אונטערשטע עצי חיים ווייל דער יריעה איז פיל גרעסער ווי מיין בימה'לע... (איז דא איינער וואס האט פארשטאנען? מען דארף זיך נישט שעמען. ולא הביישן למד, זאגט מען דאך קייענדיג די ניסלעך ביי "פיירעק"...)

איך וואלט געוואלט הערן וואס דער עולם האט עפעס פארצושלאגן.

א דאנק אייך.

מעסטרמיינד » 8/9/2006 09:37

a_rod

גראדע האב איך דיר געטראכט פארצושלאגן אז דו זאלסט קומען אין די נייע קרעטשמע און דערנאך האב איך געזעהן אז דו רעדסט דערוועגען.
כ'ווייס נישט וואס פארא סקרין די האסט אדער וואספארא רעזעלאשען דו האסט, אבער זעה אויב דו קענסט אנשטעלן די רעזעלאשען 1024x768 וואס דאן דארף עס זיין גוט, פארשטייט זיך אויב קען דיין סקרין פארנעמען 1028x1280 איז נאך בעסער ,
דאס איז נאר געזאגט געווארען אויב דאס איז דיין איינצוגסטע פראבלעם מיט'ן נייעם סייט, אויב אבער האסטו דערמיט נאך פראבלעמען. איז אדרבה לאז וויסען, ווייל מיר קענען באשטיין אז יעדער זאל הנאה האבן,

הצלחה

משוגענער » 12/9/2006 21:32

משוגענער » 13/9/2006 00:37

די חברה האבן עס שוין אויסגעמעקט. גייט צו "געשיכטע" און דריקט אויפן אונטערשטען ליין.

האט הנאה.