היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אלעס וואס 82 האט געוואלט שטערן אינזער מוסד

אלעס וואס 82 האט געוואלט שטערן אינזער מוסד

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2006341

עכטע_נייעס » 7/8/2006 17:40

אזוי ווי אין זאלי פארום פרעגט קעי דשעי סעפטי וואס 82 האט געשטערט אינזער מוסד וועט דא געשריבן ווערן אלעס וואס 82 האט געוואלט שטערן אינזער מוסד

1) גלייך ווען אינזער הנהלה האט געמאלדן די פריילכע נייעס אז מ'עפענט נייע מוסדות אויף חשון (אנהייב האט דאס אזוי געהייסן) האט 82 אדווערטייזט אין דער איד אז היי יאר וועט זיין א נייע זאך אז מ'גייט זיך שוין דארפן רעגסטרירען ביז חמשה עשר באב אין ס'גייט זיך אנהייבן א נייע זמן אלול נאך די קעמפ אין ווער ס'וועט זיך נישט שוין רעגסטרירען וועט נישט אנגענימען ווערן ס'האט גלייך אנגעהויבן קומען פין 82 א פלייץ פין בריוון אויף די פאסט אז מ'זאל זיך שוין רעגסטרירען 82 טעלפן סיסטעם האט אנגעהויבן קאלן א גאנצע טאג אז מ'זאל זיך שוין רעגסטרירען די ציל איז געווען סתם אינז צו שטערן זיי האבן געהאלטן אינז וועלן דאך אין נארמאלע אימשטענדן מעגליך זיין צו עפענען פאר חשון אין אז מ'וועט זיך דארפן שוין רעגסטרירען אויף אלול פאר א נייע זמן וועט יעדער שוין דארפן באצלן פאר די ערשטע פאר חדשים פין זמן אין קיינער וועט נישט וועלן צאלן צוויי פלעצער אין דער עולם וועט דארט לאזן פאר דעם זמן דאס איז געווען זייער פלאן אבער אזוי ווי דאס האט זיך נישט אזוי אויס געארבט (ווייל יעדע זאך וואס איז געמאכט צו שטערן יענעם בעקט פייערט דאס) נאר פארקערט דאס האט שטארק געבעקט פייערט פאר זיי אין זיי גייען שאדן האבן עטליכע מילאן דאלער

אינזער הנהלה האט גלייך געמאכט א מיטונג וואס מ'טיט דא אין ס'איז דארט באשלסן געווארן אז מ'גייט זיך אויך עפענען אלול ס'איז געווארן געמאלדן אז אינז עפענן אלול די זאליס האבן נישט געוויסט אז מ'מיינט דאס ערענסט אין זיי האבן ווייטער אדווערטייזט אין דער איד אז מ'דארף זיך שוין רעגסטרירען אין מ'הייבט אן א נייע זמן אלול נאך עטליכע וואכן האבן זיי געזעהן אז אינז מיינען דאס ערענסט אין זיי גייען שטארק שאדן האבן ווייל אלע אסאך פין אינזערע מענטשן גייען איבער לאזן א חוב אין אריבער קומען אלול צו אינז אין ווי אויך גייען זיי יעצט שוין אימגערישט אינמיטן א זמן דארפן טרעפן נייע מנהלים מיט מלמדים אין איבער מאכן די כתה'ס האבן זיי אנגעהויבן קאלן אינזער הנהלה אז זיי האבן געמאכט א טועת אין זיי עפענן געהריג חשון אין זיי האבן געבעטן אינזער הנהלה זאל נישט עפענן יעצט אלול המשך אין קימענדיגע תגובה אי"ה

עכטע_נייעס » 7/8/2006 17:47

אינזער הנהלה האט זיי גלייך גענטפערט אז ס'איז טא לעיט אינז זענען נישט שילדיג אז ענקער שפיל האט זיך נישט אויסגעארבעט די קימנדיגע וואך איז שוין געווען אן עד אין דער איד תיקן טועת אז די זמן הייבט זיך יא אן חשון ס'האט זיי שוין אבער נישט געהאלפן

דאס איז איין זאך וואס זיי האבן געוואלט שטערן

נאכדעם איז דא די באקנטע מעשה מיט די באסעס ווי 82 האט געשטערט מיט אלע זייערע כוחת ס'איז זיי ב"ה נישט געלינגן אין ס'איז דא נאך אסאך

ווער ס'ווייסט נאך זאכן ווערט געבטן צו שרייבן

in_time » 7/8/2006 21:52

משה אהרן קעסטענבוים וואס פירט לעצטענס אן די אפיס אין 82, האט אנגעטראגען  פאר די אלטע בעה"ב פין די גרויסע ווייט עוו. בילדונג, א גרעסערען פרייז אויסצוכאפעןן דעם בנין, אלעס נאר אז סאטמאר זאל עס נישט קענען קויפען,
אפילו זיי האבן נישט די געלט דערפאר,
אפילו זיי האבן נישט וואס ציטוען דערמיט,
אזוי ווי ביי די באסעס,

אבי סאטמאר זאל עס נישט האבן,