היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » פארוואס וויינט אזוי סיגוט אויף סאטמארס מוסדות?

פארוואס וויינט אזוי סיגוט אויף סאטמארס מוסדות?

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2006241

מבני_בניו » 7/8/2006 15:46

די לעצטע פאר טעג האט זיך עפעס א סיגעטער גענומען האקן באבקעס אויף די סיגעטער פארום, אז די סאטמארע מוסדות אין וויליאמסבורג זענען ממש באנקראט און ממש כאלו סאטמאר גייט בכלל נישט עפענען די זמן קיין מוסדות. ביז היינט האב איך געמיינט אז ער וויל טרייען צו דערשרעקן טאטעס וואס האבן ביי אונז די קינדער אז זיי זאלן ארויסנעמען און אריינלייגן ביי סיגעט. היינט בין איך דערגאנגען דעם סוד! סקרענקט אים פלעין אז די סיגעטער מוסדות אין מאנרא שטייען שוין באלד דריי יאר, און זיי האלטן נאך אלץ ביי זיבן הונדערט קינדער! ביז יעצט האבן זיי געטרייט צו פארקויפן אז סגייען יעצט פלוצלונג צוקומען נאך 800 אדער גאר 1000 קינדער, למעשה הייבן זיי שוין יעצט אן צו זינגען ניגונים און פארדרייען א קאפ מיט קאקא תירוצם פארוואס זיי גייען נישט וואקסן... אין אזא מצב וואלט איך אויך געוויינט...

http://www.hydepark.hevre.co.il/topic.asp?topic_id=2005869

עכטע_נייעס » 7/8/2006 18:16

ער וויינט דארט אז זיי באקומען נישט קיין פערמיט ווער איז שילדיג? זיי אליין

ווער געדעקט ביי די פאריגע וואלן איז איינער געלאפן וואס פלעגט זיי אסאך העלפן אבער ווי באלד די ווילידש האט געזאגט מ'זאל וואטן פאר יענעם האבן זיי געהייסן וואטן קעגן עם אינזער שרייבער דא אויף היידפארק האבן דעמאלסט געשריבן אז ס'גייט זיי שאדן מאכן ער גייט זיי שוין נישט העלפן

איז דאס יעצט אז זיי קענען נישט באקומען א פעירמיט וועגן דעם??