היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ליבערמאן גיט אויף האפענונגען אין קאנעטיקוט

ליבערמאן גיט אויף האפענונגען אין קאנעטיקוט

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2004125

Ziskeit » 4/8/2006 21:52

א שאד, א שאד אז דער ארטאדאקסישער סענאטאר, וואס האט אזוי מקדש שם שמים געווען, פארלירט זיין קאריערע מיט אזא דורכפאל.

די לעצטע קוויניפיאק אנקעטע, די וואך דינסטאג האט געוויזן אז ליבערמאן פארלירט מיט 13 פראצענט, אין די דעמאקראטישע פריימערי וואס גייט פארקומען נעקסטע דינסטאג.

די דעמאקראטן האבן אראפגעשיקט קיין קאנעטיקוט א וועטעראן סטעף פון וואשינגטאן זיך אומצוקוקן אויף דעם ליבערמאן קאמפעין, און זען וויאזוי מ'קען עס ראטעווען. זיי האבן נעכטן, תשעה באב, אנגערופן קיין וואשינגטאן, אז עס איז א שאד צו אינוועסטן יעדע פעני, און אז ליבערמאן פארלירט ווי א הונט.

אין גרויס יאוש האט ליבערמאן אפגעשטעלט א מעכטיגע מולטי-מיליאן דאלאר "געט אוט די וואוט" קאמפיין. אנשטאט גייט ער אויסגעבן די געלט פאר מער אדווערטייזמענטס, האפנדיג אז די דורכפאל זאל כאטש נישט זיין אזוי גרויס.

תוקן על ידי - ziskeit - 04/08/2006 21:54:10

wassa_dif » 4/8/2006 22:28

פון וועלכע ליבערמאן רעדסט דו?
איך קען נישט קיין ליבערמאן א סענאטאר וואס האט מקדש שם שמים געווען.
חסדי ה' אז דער פושע ישראל וואס האט געמאכט א חילול ה' אין אלע הינזיכטען איז אראפ לטמיון.
כן יאבדו..

פאטאקי08 » 4/8/2006 23:06

צורוקטער וואסא

פארוואס איז ער א פושע ישראל?

allgood1s » 4/8/2006 23:31

  This is the mentality of some people; anybody who is not on the same page with them is a poshah yisrual.