היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » פלענער פון ימים נוראים תשס"ז אי"ה

פלענער פון ימים נוראים תשס"ז אי"ה

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2001137

עכטע_נייעס » 1/8/2006 19:10

לויט ווי איך הער איז די פלענער יעצט אזוי א' סליחות,ר"ה, שמחות תורה, וועט אי"ה זיין אין וומס"ב (פארשטייט זיך אויב קהל וועט קענען צו שטעלן א פאסיגע פלאטץ)

יו"כ, סוכת, אי"ה אין קרית יואל

וואס זאגט דער עולם צו דעם פלאן?

פאטאקי08 » 1/8/2006 23:05

רבותי

ימים נוראים גייט דער רבי שליט"א זיין אין קרית יואל אי"ה

סיי ר"ה און סיי יום כיפור

proof369 » 1/8/2006 23:19

Please, this ASHKOL is not for guessing, if you know for SURE inside info. then say it, if not dont make everybody crazy with your thinkings or guessings. Thanks


BTW, Pataki'08, how do u know that the Rabbe is not gene be in Willi for Rosh Hashanah you know so, or you wish so

תוקן על ידי - proof369 - 01/08/2006 23:25:29

אייןסאטמאר » 2/8/2006 00:03

לדעתי, די אדמורי סאטמאר זייט זיי זענן אין אמעריקע האבן זיי געפראוועט ימים נוראים און גאנץ סוכות אין וומס"ב, חוץ דער בעל ויו"מ די לעצטע 2-3 יאר צוליב זיין בריאות.

און אזוי דארף זיין ווייטער אויך

עכטע_נייעס » 2/8/2006 00:29

פאטאקי08

איך פארשטיי די ווילסט מאכן אפאר דאלער פאדינגען דיין דירה אין קרית יואל..

אבער ביז דערווייל (אין ס'וועט רוב זיכער אזוי בלייבן) איז די פלאן אזוי ווי איך האב געשריבן

פאטאקי08 » 2/8/2006 01:10

ימים ידברו

חיים_נחום » 2/8/2006 01:14

ביטע אויפהערן מיט די 'געסינג געים' עס דערמאנט פין די אשכול פאר שבועות, יא קרית יואל נישט קרית יואל, ארויף אין אראפ... ווער עס ווייסט קראנט זאל שרייבן, אין ווער נישט זאל ביטע נישט פארדרייען קיין קאפ.

עכטע_נייעס » 2/8/2006 01:15

פאטאקי08

איך וועל דיר אויך זאגן ימים ידברו ווייל איך בין נישט 100 % אז וואס איך זאג וועט זיין ווייל פלענער קענען זיך נאך טוישן איך זאג דיר נאר וואס די פלענער זענען יעצט אין האלט אז די פלענער זענען זייער גיט אין ס'וועט לכורה אזוי בלייבן (איך גלייב אבער אז ס'קען זיין פארקערט אויך)

ימים ידברו

in_time » 2/8/2006 01:24

איך שטיץ עכטע_נייעס,

די פלאן איז קלאר אזוי ווי ער האט פון אנפאנג געשריבען,

א' סליחות: וויליאמסבורג
ראש השנה: ווילאמסבורג
שבת שובה: קרית יואל
יום כיפור: קרית יואל
סוכות [ערשטע טעג]: קרית יואל
שמחת תורה: וויליאמסבורג

עס איז נישט א געס, איך ווייס עס אויף זיכער.

מיט דעם אלעם קען זיך עס נאך טוישען, סאו קיין טענות זאל מען נישט האבן.

ימים ידברו.......

עכטע_נייעס » 2/8/2006 01:36

אין טיים

איינס האסטו פארגעסן

שבת פאר א' סליחות וויליאמסבורג

in_time » 2/8/2006 01:44

מ'רעדט דא נאר פון ימים נוראים,
ס'מיינט פון  א' סליחות ביז מוצאי שמחת תורה נאכן באגלייטן.

[קענסט מיך אפפרעגען אז די ספרים הקדושים זאגען שוין, אז די ימים נוראים פאנגען זיך שוין אן ר"ח תמוז, די רמז איז טאקע ז'מני ת'שיבה מ'משמשין ו'באין,
אזוי ווי רבינו שליט"א האט שוין געזאגט ביי לעצטען שבת אין וומ"ס ביי שלוש סעודות, אז: "די הייליגע טעג פאנגען זיך שוין אן", עכ"ל, אבער דא אויף הייד פארק רעכענט מען נאר אזוי ווי אויבן דערמאנט.]

בן_אהרן » 2/8/2006 01:51

מען קען  און מען דארף טרייען צו דינגען די נייע אומפארענדיגטע בית המדרש אויף בעדפארד
סוף כל סוף האבן מיר אנגעשטעקט דארט אסאך געלט פאר די זיצן בימים ההם

בא_ללמד » 2/8/2006 02:00

איך ווייס נישט פונקטליך וואס עס גייט זיין די איבריגע טעג, אבער ווי עס הייסט יעצט איז ראש השנה אי"ה אין וויליאמסבורג.

פעשי » 2/8/2006 02:12

נעבעך !!!

די זאלי'ס וואונטשן אייך איר זאלט נאך 20 יאר פירן א וויכוח פאר יעדן יו"ט, ווי אייער רבי גייט וויילן צו אין קרית יואל אדער וויליאמסבורג. 

אין איר שוטים כאפט נישט

עכטע_נייעס » 2/8/2006 02:45

יא פעשי די ווייסט נישט וואס פאר א גיטע פוינט די האסט ארויסגעברענגט דא נאך סאטמארע רבי שליט"א רייסן זיך טויזענטער וומס"ב אידן זיי ווילן ער זאל דארט זיין אין טויזענטער קרית יואל'ע אידן זיי ווילן ער זאל דארט זיין

אבער פעשי ביי רז"ל אפילו די וומס"ב גייט נישט אן ווי רז"ל איז די יו"ט די פאר סיגעטע וואס ער האט מיינען נישט עם זיי האבן נאר פיינט סאטמארע רבי שליט"א אזוי ווי זיי האבן פיינט געהאט זיין טאטע אבער ס'זאל זיי אנגיין ווי רז"ל איז א יו"ט קיינמאל

בערל550 » 2/8/2006 02:46

די סיגוט'ע וואונטשען זיך ווען אז זיי זאלען האבען אזא פראבלעם ווי ער זאל זיין,
די זאך איז אבער אז ער האט נישט ווי צו גיין חוץ אין ראדני ווי ער האט זיך אריינגעזעצט ביד חזקה ובזרוע נטוי'.

יוסף90 » 2/8/2006 03:00

די שאלה איז נישט איבער די חסידים וואס רייסן זיך

דער פראבלעם איז ווייל אייער רבי אליין ווייסט נישט ווי ער גייט דאווענען

וואוינען וואוינט ער מכלומר'שט אין וומ"ס און דאווענען דאווענט ער אין קר"י.

עכטע_נייעס » 2/8/2006 03:06

יוסף90 קענסט קימען מיט וועליכע ניק די ווילסט אין שרייבן וואס די ווילסט אבער די פאקט וואס איך האב געשריבן אין פאריגע תגובה בלייבט פאקט

יא פעשי/יוסף90 די ווייסט נישט וואס פאר א גיטע פוינט די האסט ארויסגעברענגט דא נאך סאטמארע רבי שליט"א רייסן זיך טויזענטער וומס"ב אידן זיי ווילן ער זאל דארט זיין אין טויזענטער קרית יואל'ע אידן זיי ווילן ער זאל דארט זיין אבער פעשי ביי רז"ל אפילו די וומס"ב גייט נישט אן ווי רז"ל איז די יו"ט די פאר סיגעטע וואס ער האט מיינען נישט עם זיי האבן נאר פיינט סאטמארע רבי שליט"א אזוי ווי זיי האבן פיינט געהאט זיין טאטע אבער ס'זאל זיי אנגיין ווי רז"ל איז א יו"ט קיינמאל

עכטע_נייעס » 2/8/2006 20:42

היינט מיטוואך פ' ואתחנן

איז די פלענער געבליבן אזוי ווי געמאלדן נעכטן (ס'וועט מן הסתם בלייבן אזוי)

א' סליחות,ראש השנה, שמחות תורה, וועט אי"ה זיין אין וומס"ב

יו"כ, סוכת, אי"ה אין קרית יואל

וואס זאגט דער עולם צו דעם פלאן?

כרטיס אישי

ביז_אהער » 2/8/2006 21:26

לויט מיין אינפארמעישאן גייט סיי ר"ה און סיי יו"כ זיין אין וויליאמסבורג אי"ה. מ'דארף זיך שוין אנגרייטן די דירות אויף תשרי, אזויווי אמאל אין די גוטע צייטן.

מקוה_איד » 9/8/2006 00:56

איך האב שוין איינמאל געשריבן וועגן די נושא, און איך וועל עס ווידער ערווענען.

איך האלט אז דער רבי דארף צו זיין דארט ווי סיז די מערסטע באקוועם פאר איהם, דארט ווי ער קען אנגיין מיט זיין עבודת הקודש מיט די גרעסטע מנוחת הנפש און מיט די ווייניגסטע מניעות און פראבלעמען, און דאס איז אויך די בעסטע טובה פאר אונז חסידים אז ער קען משפיע זיין מהודו מיט מער ראויגקייט. לעת עתה, איז דאס קרית יואל, קיין ספק, דארט איז ער צוגעוואוינט, מ'האט דארט אלע אקאמעדעישנס. און למעשה וואוינען דארט א גרויסע פראצענט סאטמארע חסידים, סיז נישט  ערגעץ אין די הררי אררט. 

אין וויליאמסבורג, האמיר נישט קיין פראקטישע און באקוועמע פלאץ ווי צו זיין, די אלע פריוויזארישע פלעצער, אפי' עס זאל זיין א געבויטע בנין וועט עס פארט זיין פריפיזאריש און פאצעריש, וואס איז נישט געאייגענט פאר די הייליגע טעג, עכ"פ קיין שום פלאץ קומט נישט צו צי די ביהמ"ד אין קרית יואל.

פאר די וואס האבן מורא, מה יאמרו הבריות, אז די גאס וועט זאגן אז רז"ל איז סאטמאר רבי ווייל ער איז אין וומ"ס, וויל איך אייך זאגן מיינע חברים, אז דאס איז נאריש און טיפשות'דיג, קודם ווער עס האט בכלל אזעלעכע דאגות, באלאנגט אינעם אנדערן לאגער, דארט איז אלעס איבער פי.אר און איבער וואס די גאס זאגט, ביי אונז אונזער איינציגע אישו אונזער רבי, אונז זיך קענען מתחמם זיין לאורו הגדול, ותו לא.

שנית, די מציאות איז אז מ'גיימיר אי"ה סיי ווי האבן אלע באקוועמליכקייטן אין וומ"ס, ביהמ"ד, מוסדות אין וומ"ס, פונקט ווי אין קרית יואל, און פונקט ווי רז"ל אין וומ"ס, דאס איז אן אומפארמיידבארע זאך, נאר וואס דען, נאר נישט שוין יעצט, ליידער איז געלונגען פאר רז"ל צו צי'גנב'ענען פון אונז אונזערע נכסים, וואס אויב גלייבט ער אין שכר ועונש, בין איך ווייניג מקנא זיין עולם הבא, וואס ווי ספרי מוסר שרייבן אז א מענטש דארף מגולגל ווערן נאכאמאל אין נאכאמאל, ביז ווילאנג ער באצאלט יעדע פרוטה וואס ער איז שולדיג. עס איז א גזירה מן השמים, און מיר וועלן דארפן א ביסעלע אינוועסטירן און ציווארטן ביז אלעס ווערט געשטעלט על מכונו, מ'וועט אלעס אי"ה האבן, מ'האט שוין ב"ה צאמגעקויפט בנינים, נאר נישט אויף תשס"ז. סיז נאריש זיך צו צירייסן יעצט, ווען אינעם גאר נונטן צוקנופט וועט סיי ווי אלעס זיין מסודר, ספעציעל יעצט ווען מ'דארף ענדערש זיך קאנצעטרירן אויף די נייע מוסדות אין די נייע פערמענאנטע בית המדרש הגדול.

גלייבטס מיר בנאמנות אז מ'גייט גארנישט פארלירן אין די קורצע צייט ביז מ'סעטלט זיך אין וומ"ס. זייטס ענק מצייר, עס איז יעצט תשס"ט, מ'האמיר שוין אלעס, א ביהמ"ד שענער אין גרעסער פון ראדני, מוסדות גרעסער ווי רז"ל, קעמפ, מקוה, אלעס, דער רבי וואוינט אין וומ"ס אזוי ווי די רבי ז"ל פלעגט. וועט איינער דען געדענקען אדער וועל מיר האבן א ברעקל ווייניגער ווייל דער רבי האט די ערשטע יאר פון זיין אדמו"רת נאך געוואוינט און געדאווענט אין קרית יואל? וואס יא, רז"ל וועט ווייטער בלייבן מיט זיין פעקל פון א האלב ביליאן דאלאר גניבה וואס אפי יו"כ איז נישט מכפר.

יא איך פארשטיי זייער גוט אז סיז דא שטארקע לעגיטימע סיבות פארוואס עס איז יא מער פראקטיש צו זיין אין וומ"ס, ווייל למעשה זענען רוב סאטמארע חסידים אין וומ"ס, און סיז זייערע שווער פאר א משפחה צו ארויספארן אויף די הייליגע טעג, אבער מיט דעם אלעם איז קרית יואל פארט נישט קיין הררי אררט, און עס איז נאר אויף לעת עתה, ווילאנג מ'שטעלט צו די פרישע בנינים.

די וומ"ס אידן האבן אלס געהאט דעם רבי'ן, און זיי וועלן האבן אי"ה און די קומענדיגע יארן, נאר נישט היי יאר.

איך האלט אבער יא, אז די איינע שמחות תורה איז יא פראקטיש אז דער רבי זאל אריין קומען, פשוט ווייל עס קומען זייער אסאך געסט, און מ'דארף נישט פארקויפן קיין זיצן, ווייל מ'טאנצט, און דער רבי איז שוין געוואוינט דערצו פון אלע יארן צו זיין אין וומ"ס שמחת תורה.

דאס איז מיין עניית דעתי. תוקן על ידי - מקוה_איד - 09/08/2006 1:00:09

עכטע_נייעס » 9/8/2006 01:25

מקוה אז די האסט ארויף געברענגט די אלטע אשכול וויל איך שרייבן אז די פלענער האבן זיך יא צים סויף געטוישט ס'הייסט יעצט אז די רבי וועט זיין אי"ה ר"ה יו"כ אין קרית יואל

ס'קען זיך נאך טוישן אבער ס'זהעט שוין נישט אויס פאריגעס מאל האב איך אויך געהאלטן ס'וועט זיך נישט טוישן אבער ס'האט זיך יא געטוישט