יעדער דרייווער אין וומס"ב ווייסט אז די צייטען ווען די געלע באסעס פארן אויף פיקן די קינדער הערשט א גרויסע טרעפיק אין די גאסן
זאל דער עולם זיין גערישט אז פין אלול אין ווייטער גייט דאס געדאפעלט ווערן מיט נאך 20 באסעס
ביטע זיך נישט עסן דערוועגן
אז מען רעדט שוין פון טרעפיק וויל איך אריין ווארפן מיין הערה
איך שיק נאך נישט קיין קינדער אין חדר אבער איך שטעל מיך פאר אז עס איז נישט אזוי שווער פאר א יונגל 7-8 יאר צו וואקן אין חדר אדער נוצן די טראלי
יעדער איינער וואס האט נאר אמאל געדרייווט אין וומסב"ג צווישן די שעות פון 7:00 ביז 10:00 צופרי וועט מודה זיין אז עס דארף א גרויסע תיקון די ענין פון די באסעס
עס איז נישט קיין רעכט אז אויף יעדע גאס זאל זיך אפשטעלן צען עקסטערע באסעס דריי מאל אויפצופיקן די קינדער ווייל למען השם די מאמע קען נישט אביסל צו וואקן צו די קארנער
אדער זאל מען באשטימען אז נאר אויף איין פלאץ אין א גאס פיקט מען אויף די קינדער
אדער וואלט ווען געקענט זיין אן אנדערע עצה אז עס זאל'ן זיך צוזאם נעמען אלע מוסדות פון וומ"ס
און מאכן איין טראנספארטציע סיסטעם וואס זאל אויפיקן אלע קינדער און צו טראגן צו די חדר\סקול
און אזוי וועט מען זיך איינשפארן געלט און טראפיק און די וויכטיגסטע אז עס וועט זיין ווייניגער טראפיק וועלן די דרייווער'ס נישט זיין אזוי נערוועז און עס וועט זיין וויינגער עקסידענט'ס
ווער ווייסט, וויפיל עקסידענט'ס מען וועלט געקענט ווען איינשפארן און וויפיל זיסע קינדער'לעך וואלטן נאך יעצט געלעבט.
אותו_חלומה
I'm not sure if you've got children going to cheder/school
but if you do I'm sure your wife would disagree with you
And I very much doubt if having tiny children walk to the
bus stop would enhance safety
זיין צווייטע עצה איז אבער געוואלדיג , ס'דערמאנט מיך א ווערטל , קען זיין אז מ'האט עס שוין אמאל דא אראפ געברענגט , אז ווען אלע רבי'ס זאלן זיך ווען צוזאם נעמען קומט משיח , אבער אז אלע רבי'ס זאלן זיך צוזאם נעמען דארף קודם משיח קומען , לענינינו , צו ערלעדיגן אז אלע חדרים זאלן זיך צוזאם שטעלן מיט טראנספארטעישן איז א געוואלדיגע עצה , אבער דערצו דארף קודם משיח קומען , אבער איך זאג גארנישט פאר , אלעס קען פאסירן , און משיח זאל אוודאי קומען פריער .