היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הערות אויפן סדר "משנה סדורה"

הערות אויפן סדר "משנה סדורה"

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2000488

ביז_אהער » 1/8/2006 06:22

אזויווי 'האב געמאכט א אשכול וואו מ'וועט אי"ה לערנען יעדן טאג די דריי משנה'ס פון די חברה "משנה סדורה", אבער כדי ס'זאל נישט ווערן צומישט די סדר וועל איך מאכן א עקסטערע אשכול פאר די הערות אויף יענעם סדר (איך האף די מנהלים וועלן נישט ברוגז זיין אויף מיר). כדי מ'זאל נישט ווערן צומישט איז גוט צו שרייבן ביי די אנהייב הערה וועלכע משנה מ'רעדט און וועלכע טאג ס'איז.

ביז_אהער » 1/8/2006 06:26

ב' ואתחנן תשס"ו - ברכות פ"ב מהו"ז מיר איז שווער א אינטערסאנטע קשיא. פארוואס האט רבן גמליאל נישט געזאגט לכתחילה פאר די תלמידים בשעת'ן לערנען די הלכות אז ס'איז דא א אויסנאם ביי די הלכות? מילא ביי די ערשטע הלכה פון קר"ש ביי א חתן קען זיין אז נאר אזא גדול ווי רבן גמליאל האט עס געמעגט טון, אויך ביי די קנעכט וואלט איך געזאגט אז אזא קנעכט ווי טבי איז ממש נישטא און ער האט נישט געדארפט זאגן, אבער פארוואס האט ער זיי נישט געזאגט אז א איסטניס מעג זיך וואשן אפילו ביי א אבל? און אויב איז עס אזא פשוט'ע זאך אז מ'דארף עס נישט זאגן, פארוואס האבן עס די תלמידים נישט אליינס פארשטאנען? קען זיין אז מ'טאר נישט סתם אזוי ארויסגעבן די הלכה פון איסטניס, ווייל דעמאלטס וועט יעדער איינער קומען אלעמאל שרייען אז ער איז א איסטניס? אפשר ווייסט איינער אויב ס'איז דא היינט א מציאות אז מ'איז מקיל פאר עמיצן אלס איסטניס?