הצלה קאלט ארום אז מזאל זיין גערישט אז סקען קומען א בלעקאוט וועגן די שרעקליך הייסע טעג פון
די וואך, און מזאל זיך אנגרייטן גענוג וואסער און עסן פאר כאטשיק א וואך, נאך וואס פאריגע
וואך איז געווען אין קווינס א בלעקאוט פאר 9 טעג.
הויפט זייט » כל העולם כולו » הצלה: גרייטס ענק פאר בלעקאוט
הצלה: גרייטס ענק פאר בלעקאוט
6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2000385
ווי ווען???
אפסטעיט? אין די סיטי? קאנטריס?
בעיקר סיטי, מדארף אבער זיין גערישט איבעארל
מן הסתם פארשטייט יעדער, אז ווען זיי רעדן פין עסן מיינען זיי טריקענע עסן, זאכען וואס ברויך נישט קיין פרישעדער/פריזער
עצה טובה
געדענקט!! אין די הייסע טעג ווי איצט, איז אייביג גיט צי האבן די קאר מינומום א האלבע טאנק געז
אויב עס מאכט זיך א בלעק אוט אין א גאנצע געגענט , ווי עס האט זיך שוין געמאכט, זאל מען האבן עפעס געז
וואו האט די הצלה ארומגעקאלט?
פארוואס האב איך נישט באקומען די טעלעפאן קאל?
איז דא דא נאך איינער וואס האט יא אדער נישט באקומען?
ס'איז טאקע וויכטיג זיך אנצוגרייטן, איך בין נאר סתם נייגעריג.
מארגן און איבערמארגן גייט אינמיטן טאג זיך פילן אזויווי 110 דיגריס! זייטס גערישט אויף
שרעקליכע בלעקאוטס אין די קומענדיגע טעג! די אייבערשטער זאל אפהיטן סזאל נישט זיין א בלעקאוט
תשעה באב, אויב יא וועט זיין סכנת נפשות!