כ'וויל פאהרן, ס'קומט אויס ביי Orbitz זעכציג טאלער א נאכט, ס'דא א בילד פונעם פלאץ.
איינער איז שוין געווען?
יישר כחכם.
kj יפה דיברת.
איך בין נאכמאל אריבער די אלע ריוויוס, עס זעהט טאקע נישט אויס אזוי ביטער שלעכט. כ'האב געשריבן איבערגעאיילט אז 8 פון 10 שרייבן שלעכט, לאו דוקא, 8 פון 10 זענען אומצופרידן, אבער בלויז 2 שרייבן אז דער פלאץ איז שמוציג. איך האב אויך געוואוסט וואס זשוליאני זאגט בשעת איך האב לכתחילה געלייענט די דיבורים דארט איבער טעלעוויזיע און שיינע מעבל וכו', ס'נישט דאס ערשטע מאל וואס איך פאר אין האטעלן, אבער זעהט אויס אז ווען מען לייענט פארווע מיט שלעכטע אינפארמאציע אינאיינעם, באקומט מען דעם איינדרוק אז עס איז שלעכט, שמוץ האט קיינער נישט ליב.
ממילא, וועל איך יא אננעמען די עדות פון יענעם איד וועלכער זאגט אז דער פלאץ איז יא גוט. איבערהויפט נאך די דברים של טעם פון kj אז א גוטע עקספיריענס האלט מען בדרך כלל אין בויך. און צוגאב צו אלעם, שרייבן דארט עטליכע אז פארן פרייז איז עס נישט שלעכט.
אגב. איך בין שוין געווען אין פארשידענע האטעלן אין פארשידענע שטעט און לענדער, איך בין נישט פון די אידן וועלכע צאהלן טייער פאר האטעלן. פשוט ווייל עס צאהלט זיך נישט אויס די געלט. איך בין געווען צב"ש אין נייעגער פאללס עטליכע מאל, איינמאל האב איך געצאהלט 35 קנאדישע אין א האטעל וואס רופט זיך Horseshoe, און די קומענדיגע מאל 99 קאנאדישע אין Sheraton Fallsview. דער חילוק אין געלט האט זיך זיכער נישט אויסגעצאהלט. איך בין שוין געווען אין אנדערע מדינות אויך, נישט אלעמאל איז דער פרייז מאסגעבנד. איך בין געווען למשל אין באלטימאר אין דעם Hilton - א פחד פון א האטעל. 100 דאלער א נאכט, צובראכענע מעבל און בעטן, ועוד, ניטאמאל געווען אזוי זויבער.
יעצט באמערקט איך די תגובה פון Mench, ס'איז זייער בייהילפיג, יישר כח. איך בין נאך אין בעטלעהעם קיינמאל נישט געווען, און נישט געכאפט וואס דארט איז, בקיצור, דער האטעל איז לויט די געגנט. איך האב טאקע באמערקט אז די גרויסע פרענטשייז האטעלן זענען היבש ווייט. דער פלא איז נאר פארוואס פונקט אין דעם דערפל האבן אידן זיך באזעצט. דער תירוץ איז לכאורה פונקט ווי דער תירוץ אין Desert Hot Springs אין קאליפארניע, א מדבר שממה, מיט אריבער 100 אידן דורכן ווינטער. היינט איז שוין יא דא עטוואס בעסערע האטעלן, די יונגעלייט גייען שוין היינט אין פאלם ספרינגס, אבער לכתחילה איז דער פלאץ געווען ווייט ווייט פון אלעם. אידן זוכן נישט וואס גויים. קלאר.
ועוד. ביי Orbitz איז דא 16 האטעלן אין די געגנט, 11 זענען 2 סטאר, 5 3 סטאר, העכער דעם איז בכלל נישטא. דער האטעל פון וועלכע מען רעדט דא איז צווישן די 3 סטאר.
יישר כחכם פאר אלע משתתפים.
מכתבי חזרה אין אנו שולחים וביום שמחתם ובמועדיכם ישמח לבי גם אנו.
Mezonos שרייבט אין תיבה אישית (איבערגעזעצט דא ברשותו):
איך בין דארט געווען פאראיאר. עס איז געווען זייער שמוציג און אלט. מיר האט עס נישט געשטערט אבער פאר מיין ווייב יא. איך שאץ אז עס איז נישט אינעם תחום שבת אבער מעגליך אז מיט אן עירוב יא. איך בין נישט דארט געווען איבער א שבת.
די באלעבאטים זענען שווארצע אלטע מענטשן. איבריגנס ווייסטו.
איך וואלט אהינגעגאנגען נאכאמאל ווייל עס איז פיהל ביליגער ווי אנדערע. אבער דו וועסט האבן א פראבלעם מיט צוגרייטן עסן, אבער וויבאלד דו ביזט שוין געווען מערערע מאל אין האטעלן ביזטו באקאנט מיט וואס צו טון.
נאכאמאל. אויב ביזטו א מפונק גיי נישט אהין. אויב פלאנסטו צו גיין אויף א שבת פרעג א שאלה אדער מעסט עס אויס אליין. אבער עס איז ביליג עס איז ווערט די געלט וואס זיי נעמען, איבערהויפט ווען מען פארגלייכט זיערע פרייזן צו די אנדערע מאטעלן אין די געגנט וועלכע נעמען א חודש געהאלט.
<פארראכטן א נקודה אויפן פארלאנג פון מזונות>