היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ואס איז געשען מיט די דינסטאג דרשות?

ואס איז געשען מיט די דינסטאג דרשות?

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1999189

אייןסאטמאר » 30/7/2006 22:02

אין ראדני פלעגט זיין יעדען זימער דרשות פון רבנים יעדע דינסטאג נאכט, היי יאר האב איך נישט געהערט אדער געזען צעטלעך דערוועגן, ווער ווייסט פארוואס עס איז נישט דא היייאר?

דרך אגב, אין איד און אין די בתי מדרשים איז געהאנגען צעטלעך אז ר' דוד וועבער שליט"א גייט פארלערנען פרק, אבער אין סאטמאר הופער איז נישט געשטאנען גארנישט אז עמיצער גייט פארלערנען.

זייענדיג א גרויסער מעריץ פון ר' דוד בין איך געגאנגען הערן זיין פרק, ראדני האט אויסגעקוקט נעבעך ווי א מצולה שאין בה דגים, ליידיג און פוסט אז עס איז כמעט נישט געווען צו וועם צו רעדן.

בין איך געגאנגען אויף הופער צו של"ס, ווי ערשטוינט בין איך געווארן צו טרעפן א פול געפאקטע ביהמ"ד וואס הערט זיך צו צו די שיעור בפרקי אבות דורך ר' מאיר צוויבל שליט"א, דערנאך איז געווען של"ס אויך א ריזיגער ציבור מיט גרויס ווארימקייט, אין ערגיץ אין וומ"ס איז נישט געווען אזא עולם.

און דאס איז אן צעטלעך.