היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » גאב"ד י"ם שליט"א איז מוחה

גאב"ד י"ם שליט"א איז מוחה

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1998537

רעדנדיג » 30/7/2006 09:47

פאריגע וואך האט יוסף 90 מיט איינע פון זיינע ניק אראפ געברענגט און א אנדערע פארום קאפיס פון פאשקעווילן וואס מען האט געווארפן און דע גאסן פון י"ם און ב"ב אבער אזו ווי זיין חזקה צי שרייבן ליגנט האט ער דא אויך נישט געקענט משנה זיין
איז קודם שרייבט מען אז מען האט שוין געווארפן נו קען מען יוצא זיין פלעין מיטן שרייבן איז א וואך שפעטער ווארפט מען

האט ער ערב שבת געווארפן פאשקעווילן און דער גאב"ד שליט"א אהיים קומענדיג פון מקווה געטראפן אויף זיין טיר ארויף
געקלעבט איינע פון דע צעטלעך און איז געווארן זייער אויפגעברויזט

האט ער ביי ס"ש מוחה געווען אויפן שרייבן און ווארפן פאשקעווילן קעגן א מנהיג וגדול בישראל און א קעגן א קהלה בישראל 
וואס דעמאלטס איז נישט וועמען איבער צי בעטן ואין להם תיקון און האט מעורר געווען אז בכלל טאר מען נישט ליינען קיין צעטלעיך נאר וואס איז אונטערגעשריבן פון א רב בישראל 

ביז_אהער » 31/7/2006 00:14

שוין ווידער פארדרייט יוסף90 די שמועס, און ענק אלע דרייען זיך מיט. יוסף90, דיין רב האט געהייסן אויפהערן מיט די פאשקעווילן, אים פאלגסטו יא? ער איז דאך שוין דיין רב?

טםקך718 » 31/7/2006 00:19

די עצרת וואס האט היינט געדארפט פארקומען אין ירושלים אוים הרה"ג ר' נתן יוסף מייזעלס אין סאטמער ביהמ"ד איז נדחה געווארן ווייל די ירושלימר רב האט געסאגט ווען מען איז עם היינטגעקומען רופן אויף די עצרת האט ער געזאגט יא איך גיי קומען אין איך גיי מוחה זיין אויף די פאשקעווילן וועגן דעם האבען זיי עס בטל געמאכט אין זיי פארקויפן נאך א תירוץ אז זיי האבען עס בטל געמאכט וועגן די לוויה פון ר' מיכל דורפמאן זצ"ל
אי בערך 10:00 אזייגער ביינאכט האט די ירושלימער רב אריבער גערופן ר' חיים הערש טייטלבוים צו זיך וועגען די פאשקעווילן

כל_העולם » 31/7/2006 01:07

די אפיציעלע פאליסי פון די מנהלים איז צו צולייגן א "שיינעם" טיטול פאר יעדן רב וואס ווערט נישט שיין באטיטולט אויפ'ן פארום.

די מנהלים רעזערווירן די רעכטן צו צולייגן א "שענערן" טיטול ווי עס געפעלט פאר'ן שרייבער.

כדי צו פארזיכערן אז די מנהלים טשעפענען נישט אייער תגובה, ביטע באטיטולט מיט דרך ארץ יעדן רב (דאס מיינט אמווייניגסטנס געבן א ר') און האלט זיך אויך צו די אנדערע תקנות.

in_time » 31/7/2006 04:26

די מעשה איז געווען אז די פאשקעווילען האבן אויפגעוועקט הרב ר' יצחק טובי' שליט"א - גאב"ד, ער האט אנגעפאנגען זעהן אז עפעס ערנסט טוט זיך דא אפ,
האט ער אריבערגעריפען ר' חיים הערשעלע און דערלאנגט א פסק איינס און אזעלעכצס און געשריגען אז עס איז א שרעקליכע עוולה  וואס איז נאכנישט געהערט געווארען, און מ'זאל שוין צירוקציען,
ר' חיים הערש האט אנגעפאנגען ענטפערען תריצים שונים וואס אינז קען מיר שוין דא פין יוסל 90 אנגעלייגט די שילד אויף רבינו שליט"א און ר'משה חיים, כאילו זיי זענען גאר די וואס זענען אריין בערכעות, די גאב"ד האט געזעהן אז ער האט נישט צו וועם צו רעדן האט ער אים געשיקט ליפטערען.
ווי נאר ער ארויסגעקומען פין דארט האט ער גלייך אנגעריפען די גבאים, אז קיין הספד אויף ר' נתן יוסף ז"ל וועט שוין היינט נישט זיין, מורה האבענדיג אז דער גאב"ד וועט מוחה זיין דארט און נאכדערצו עימי בבית, ביי אים אין שול,
די תיריץ האט מען אנגעגעבען וויבאלד עס וועט פארקומען א לוויה פון הרה"ח מיכל דורפמאן ז"ל איינער וואס וויאנט נעבן בית מדרש, און א חשובער איד.
אויף קוו הציבור [עס איז אזוי ווי קול מבשר אין נ"י] האט מען געמאלדען אז עס וועט נישט פארקימען די הספדים צילוב "טעכנישע סיבות"...........