היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ווער איז געווען די ערשטע אהרוני?

ווער איז געווען די ערשטע אהרוני?

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1997538

מבני_בניו » 28/7/2006 19:50

ווילי יונג שרייבט אין די סיגעטער פארום אזוי.

גוט מארגען.

איך האב מיך היינט אויפגעוועקט פין שלאף...

לאמיך מאכן אן הקדמה וואס איך קאנסידער א נארמאלע ארויני.
א נארמאלע ארויני ביי מיר מיינט, איינער וואס פייט נישט פאר ארון, ער האלט בכלל נישט פין ארון
טייטלבוים, ער האלט נישט אז די וועגן וואס זיי גייען איז ריכטיג, אבער ער באלאנגט אהין צי איז
דאס ווייל זיין משפחה-טאטע-שווער באלאנגען אהין, צי איז דאס ווייל מיינסטענס פין זיינע חברים
זענען דארט, עכ"פ זיי זענען דארט מיט א תירוץ...

רעדענדיג מיט אפאר פין מיינע חברים נארמאלע ארוינים הער איך אז אלע פין זיי לייגן אריין די
קינדער אין די ערכאות מוסדות, כאטש אנפאנג האבן זיי אלע געזאגט אז זיי גייען ווארטן צי זען
וויאזוי די מוסדות ארבעט זיך אויס און זיי גייען הערשט אריין לייגן ווען עס איז סטאביל.


קען מיך איינער מסביר זיין אויב אזוי ווער איז די ערשטע אהרוני? סאיז דא איין טאטע אדער
שווער, אפשר צוויי אדער דריי, און אלע אהרונים זענען זייערע קינדער און איידימער...

נאר סיגעטער זענען דא אין די מיליאנען... קיין איין סיגעטער איז נישט קיין זון פון א סיגעטער,
אדער א איידעם ביי א סיגעטער...

די עיקר איז אז ווילי יונג האט מיט וואס זיך צו מחזק זיין..

שפיטצער06 » 28/7/2006 20:29

מבני

פארגינסט נישט פאר ווילי 100 $?

ער מאכט 50 $ פאר דעם אשכול, אין נאך 50 $ אין א חודש ווען די מוסדות גיין זיך אי"ה עפענן, וועט ער עפענען נאך אן אשכול אין ער וועט מאכן נאך א 50 $

די אשכול דעמאלסט וועט זיין אזוי פלאפ פאר סאטמאר מוסדות נאר 3000 קינדער האבן זיי אין סיגעט האט 5000, והא ראיה איך ווילי יונג אליין האב געשריבן אז אלע סאטמארע נעמען שוין יעצט ארויס די קינדער, די וועסט קענען שרייבן ביז איבערמארגן אז ס'איז דא אן עולם סאטמארע וואס ווארטען די מוסדות זאל זיין מסודר אין גאנצען, אין דעמאלסט ארויס נעמען די קינדער פין סיגעט, ווייל ווילי יונג אליין האט דאך אליין געשריבן אנדערש........