נעכטן האט דער פאליטישער קאמפיין פון נח דיער געלאזט מעלדן אפיציעל אין די צייטונג אז ער גייט לויפן פאר סטעיט סענאטאר, וואס נאך די סקאנדאלן פון קעווין פארקער - פאר ווער עס ווייסט - האט ער שטארקע אויסזיכטן צו געווינען, און אפילו 'שווארצע קאמיוניטי פירער האבן אים געבעטן אז ער זאל לויפן'.
דער עיקר קלאגט ער פארשטייט זיך פארוואס די חרדי'שע אידן זענען נישט ארויס גענוג אין די מאסן צו שטימען פאר אים ביי די פאריגע פיר שפיציגע פריימערי פארמעסט.
איך פערזענליך בין שטארק דערקעגן (כאטש איך בין נישט אין זיין דיסטריקט), איך האלט אז פון א איד וועלן מיר נאר האבן צרות, ווייל ער וועט אייביג דארפן 'אויפווייזן' אז ער בעפארצוגט נישט די שווארצע איבער די אידן, און דאס וועט אים אלעמאל אויטאמאטיש שטעלן אויף די זייט פון די שווארצע.
איך האלט אז טאקע ווען עס האט זיך ארויסגעשטעלט ווער פארקער איז, דארף די חרדי'שע געמיינדע ארויסשטעלן און שטיצן א ערנסטן באזעסענעם שווארצן, וועלכער זאל זיין גאנץ לעבן דאנקבאר זיין פאר די חרדי'שע שטיצע, און ער זאל אלעמאל האבן דעם פראבלעם פון דארפן אויפווייזן אז ער בעפארצוגט נישט קיין שווארצע איבער אידן.
וואס איז אייער מיינונג ?