פאלגענד איז א עדיטאריעל אין דער חרדישער שטירמער "דער איד פון דער יאוש'דיגער און דערביטערטער זאלי פירשפרעכער.
ער קלאגט ביטערליך פארוואס מעיאר באנדא (אוי...שווימער) האט אזא צענטער פון כח און מאכט אין קרית יואל.
כאפטס אריין א וואדקע
[בילד – נישט אפגעהיט]
פולע יאמערליכער עדיטאריעל (נעבאך...........)
[בילד – נישט אפגעהיט]
קוקט אויס אז דער "געוועזענער" קרית יואלער רב און דער "געוועזענער" קרית יואלער מעיאר האבן פארט א שטארקערע כח ווי דער "געוועזענער" סיגוטער רב פון בארא פארק און היינטיגער סיגוטער רבי...
איך האב שוין נישט געקוקט די איד אפאר יאר,
איך בין סופרייסד וואס איך זעה דא אין די עדיטאריעל!
אפילו נאך זייער געווינס האבען זיי נאך אלס נישט פארגעסן פון אונז?!
קען איינער מסביר זיין
פארוואס זיי ריפן דעם רבי'ן
דער"געוועזענער"קרית יואלער רב?
לשיטתם ווער איז ק"י רב?
לשיטתם וואס פארא רב איז רבינו שליט"א?
תוקןעלידי-בערגער213-27/07/200616:31:43
תוקן על ידי - בערגער213 - 27/07/2006 16:32:52
וואס פארשטייסטו נישט?
דער משה לייב דייטש איז דאך א וועלטס משוגענער. יעדער אין "איד" האט אויסצושטיין צרות פון אים פאר די מינדעסטע זאכן. ער האלט זיך פאר דער גרעסטע חכם אין דער וועלט, און אויב איינער אטעמט אנדערש ווי ער וויל מאכט ער אויף יענעם קולי קולות, און צוקריגט זיך מיט אים. עס גייט אזוי ווייט אז אויב ער מאכט אפ אז אינטערנעט עקספלארער איז די בעסט און א צווייטער זאגט אים אז פייערפאקס איז בעסער, וועט ער יענעם ממש וועלן הרג'ענען נאר פאר דעם פארברעכן.
אלזא, דער משה לייב האט איין שיינעם טאג באשלאסן אז ער גייט אנפאנגען רופן דעם רבי'ן שליט"א, "געוועזענער קרית יואלער רב", האבן אים די חברה אין "איד" געפרעגט: וואס פשט פון די גוטע וויץ? האט ער געעפנט א מויל מיט ווילדע געשרייען, אזש אז עס האט זיך געגאסן שפייעכץ, און האט געסטראשעט רעכטס און לינקס. ער האט מבזה געווען זיין זונדל שלום יוסף דייטש (דאס איז שוין דער זון וועמען ער האט יא ליב) אין פראנט פון אלע שרייבערס און ארבעטערס, און געסטראשעט די אנדערע חברה אז אויב הערט ער נאך איין ווארט וועט דער איד נישט ארויסקומען יענע וואך. פארשטייט זיך אז יעדער האט תיכף געהויבן הענט ווייל מיט א משוגענער (ליין: קלוגער) הייבט מען זיך נישט אן.
דאס זעלבע איז מיט זיינע אלע אנדערע גוטע ווערטער וואס קלעבן נישט איינס צום צווייטן, אבער ווייל משה לייב זאגט עס "מוז" עס יעדער אפקויפן ווייל אויב איינער פרעגט אים נאר נאאיווערהייט וואס עס איז פשט פון דעם אויסדרוק איז אחת דתו.
אלזא, נאכדעם וואס דער איד קומט ארויס, קומען די קעלבער און ליינען דורך משה לייב'ס עדיטאריעלס. זיי פארשטייען זעלבסטפארשטענדליך נישט קיין ווארט וואס דארט שטייט, אבער אז דער איד שרייבט עס מוז עס זיין גוט, און נאכדעם גייען יוסף90 און ווילי יונג ארויף אויף היידפארק און נעמען זיך שרייבן מיט איין שמחה "געוועזענער קרית יואלער רב" און נאכאמאל "געוועזענער קרית יואלער רב". זיי זענען זיכער אז יעדעס מאל וואס זיי נוצן דעם אויסדרוק לייגן זיי אוועק 60 אהרונים.
זיי ווייסן נישט אז נישט בלויז כאפן נישט די אהרונים די טיפע טשעפע פון די וויץ, נאר אפילו משה לייב דייטש איז אויך נישט זיכער וואס ער וויל דערמיט.
סקומט צו לאכן מיטן ליינען
א וואך נאכן געוואונען שעלטן זיי אויפן העכסטען פארנעם וואס ספאסט ניטאמאל פארן נוי יארק פאוסט
למשל די ווערטער אהל אהרן... היידפארק ווארט, אדער עטליכע יחידים... מאנראוע קהלה...
איינע פין די זאכען וואס איך פארשטיי נישט אין די שומפ-עדיטאריעל, איז די ענדע דערפון,
ער ענדיגט און ווינטשט אן זיין קהלה מיט די ווערטער :
"ובעזהשי"ת נעשה ונצליח און האבן אמת'ע געווינסען בזכות מייסדי........ וגו'"
וואס מיינט די ווארט " אמת'ע געווינסען " ????
וואספארא געווינסען האבען זיי געהאט ביז איצט ?
אנטשולדיגט. אייןסאטמאר,
איך האב עס נישט געליינט.
אבער ס'איז נאך אלץ אמת.
משה יודא בן??? לרפו"ש בקרוב