היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » זאליס שרייען נאך ר' עזריאל גליק ביי סאסמאן

זאליס שרייען נאך ר' עזריאל גליק ביי סאסמאן

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1993892

זשוליאני08 » 24/7/2006 17:55

צוויי פארביטערטע זאליס האבן נעכטן נאכגעשריגן ר' עזריאל גליק מיט גאר מיאוס'ע ווערטער און קללות,
ביי די מסיבה אין סאסמאן.

לויט ווי יודעי דבר דערציילן, האט יעקב בער געגעגעבן א ווינק פאר זיינע שיק אינגלעך
ח. י. נ. און ח. י. ע. זיי זאלן נאכשרייען און באוואשן עזריאל גליק, פאר די חוצפה פון שרייבן א בריוו צום שופט אין בני ברק, אז משה חיים ווייס איז געשטעלט געווארן דורך רבינו הק' בעל ויואל משה, און אז קיינער האט אים נישט געווארפן פון זיין פאזיציע.

די זאליס שעלטן אים אין ווילן אים דער'הרג'ן אויף טויט.

קודם האבן זיי אים געשלעפט אויף שבת קיין קווינס קעמפ, דארט האט רז"ל געלייגט אויף אים מורא'דיגע לחץ.
רז"ל האט אים אריבערגערופן צו זיך פרייטאג נאכמיטאג, און אים געהייסן אז ער מוז יעצט אונטערשרייבען פארקערט.
ר' עזריאל האט געזאגט אז ער וועט זען מוצאי שבת.

מוצאי שבת גלייך נאך הבדלה האט רז"ל געקאלט אז עזריאל גליק זאל איבערקומען. רז"ל האט געשריגען פאר עזריאל גליק אז ער מאכט אים אומגליקליך, און אז יעצט וועט ער דערלייגן סיי די אידישע גאס און סיי די קאורט אויך, און אז עזריאל מוז אים ראטעווען.
משה פראדעל האט געארבעט מיט אלע כוחות און עזריאל האט געזאגט אז ער שרייבט מער נישט קיין בריוו.

נעכטן ביי די אקציע אין סאסמאנ'ס כולל האט יעקב בער באשלאסן גענוג איז גענוג מיט דעם גראבן עזריאל גליק. און מ'וועט אים ווייזן מיט בייזן..

ביסט א מאכיל נבילות וטריפות האט אים נ. געשריגן
ח. י. ע. האט געשפיגן אויף ר' עזריאל'ן


יעצט קען מען זאגן מיט א שמייכעל:
אבי נישט צווישן אידן

תוקן על ידי - כל_העולם - 24/07/2006 18:04:56

פעשי » 24/7/2006 19:35

אזוי אמת ווי אלע דיינע מעשיות

כל_העולם » 24/7/2006 20:03

ארגינעלער:

היינט איז געקומען א שארפע מעסעדזש צו עזריאל גליק פון נישט קיין אנדערן ווי דער פורים רעבע שע"י קהל יטב לב
רז"ל...

אויב ציט נישט זריעל גליק צוריק פון זיין שטיצע צו משה חיים ווייסט, וועט ער פארלירן זיין קרקע אין קרית יואל'ער ביה"ח..
און וועט קענען ליגן ביי די בני יואל.


די פורים קהילה שפרינגט אז זריעל האט זיי אזוי מיאוס פארראטן. זיי ווילן אים דערשיסן


דער פורים רעבע האט שוין פארגעסן אז די ביה"ח איז געווארן איבערגעשריבן... און ס'איז שוין נישט זיינס.

יוסף90 » 24/7/2006 20:29


דערוויל זענען די אהרונים די וועלכע האבן געווארפן ר' עזריאל פונעם קרית יואל'ער חברא קדעשא באורד

צבועים טלו קורה מבין עיניכם.

verbeenich » 24/7/2006 20:35

און טראץ די שרעקליכע רדיפות איז הרה"ח ר' עזריאל שליט"א משב"ק ויד ימינו של אבינו רועינו כ"ק רבינו בעל הויואל משה זי"ע ועכי"א

געזעצען און געשטיצט די הייליגע מוסדות וואס רביה"ק בעל ויוא"מ זי"ע האט אויף געשטעלט מיט מסירות נפש ממש.

און איך שטעל זיך פאר אז הרה"ח ר' עזריאל שליט"א האט דארט איבערגעחזרט וואס ער איז גיוואוינט תמיד צו זאגען בשם אומרו פון רביה"ק זי"ע אז די הייליגע ספר ויואל משה איז נישט קיין שיטה דאס איז די הייליגע תורה וואס תורה צוה לנו משה

און טראץ די אלע רדיפות איז הרה"ח ר' עזריאל שליט"א גיזעסען און אויסגעהערט הרה"ח ר' מנחם מנדל וולרשטיין שליט"א און עם מחזק געווען אז ער זאל זיך ח"ו נישט ברעכען און פאלן פאר דע וואס קומען און נאמען פון די שיטה אויסצורייסן די שיטה און די תורה הקדושה

ער זאל זיך נישט דערשרעקען פון דע דעמאגאגיע אז ח"ו ער אנערקענט אין די מדינה

ער זאל זיך נישט דערשרעקען פון די יעניגע וואס ווילען פארקויפן בשם דעם הייליגען ספר ויוא"מ אז דווקא פארלירן אונעם ציוניסטישען קארט איז אסור

ער זאל זיך נישט דערשרעקען פון דעע וואס די אנדערע חלקים פונעם הייליגען ספר ויוא"מ האט מען שוין לאנג אויסגעריסען.

תחזקנה ידיכם שרייט ר' עזריאל יא מיט מסירות נפש

בא_ללמד » 24/7/2006 21:40

תתחדש.

א פרישע מעשה, נאך ווארעם.

ווען האט סאטמאר ארויסגעווארפן ר' עזריאל פון זיין פאסטן ?

apnews » 26/7/2006 02:40

איך האב בילדער פונעם חלום פון זשוליאני08

נאר איין חילוק אז נישט שלוחים נאר יעקב בער אליינס האט געהאלטן אין שימפען אין שעלטן ביז ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן אין האט געגעבן א שפיי אין................

ענדיגסט אליין די איבריגע חלק פונעם חלום
 

ווער עס דארף די בילדער קען זיך ווענדן צו מיר אין אישי

יוסף90 » 26/7/2006 02:56

זשוליאני שרייבט:
לויט ווי יודעי דבר דערציילן, האט יעקב בער געגעגעבן א ווינק פאר זיינע שיק אינגלעך


און יעדער ווייסט אז ער איז גאר געווען אויפ'ן וועג קיין איהעל

אבער זשוליאני שטערט עס נישט צו שרייבן זיינע שקרים