היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » די רבי זי"עס ווייטע בליק!

די רבי זי"עס ווייטע בליק!

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1993431

מבני_בניו » 24/7/2006 07:02

שוין לאנגע יארן וואס די סיגוטער/זאליס/מתנגדים/בני יואל שפעטן אפ פון די רבי זי"עס ווערטער אז די בני יואל קינדער וועלן נאך זאגן הלל אין יום העצמאות, זיי פלעגן דעס נוצן אלס א סלאגען מיט וואס צו חוזק מאכן פון די רבי זי"ע.
סהאלט נאך טאקע נישט ביי דעם, דערווייל, אבער מזעט שוין קלאר אז זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם מיט ציונות ווען סקומט זיי גוט אויס! זיי קענען גיין אפילו אין די ציונישע קאורט וואס איז פונקט ווי גיין צו די בחירות! און די זעלבע צייט שרייען אויף ר' ניסים קארליץ אז ער איז א ציוני, און אפילו אויפן הייליגן רבין שליט"א קענען זיי אזוי זאגן! ווער ווייסט וואו זיי גייען נאך אנקומען!

פעשי » 24/7/2006 17:32

מבני בניו
יצחק ראזענבערג איז געגאנגען אין ציוניסטישן קאורט אין תל אביב קעגן א בני ברק'ער סאטמארער איד אן קיין היתר בי"ד

העדה החרדית איז געגאנגען אין ציוניסטישן געריכט קעגן "חברת שמן" מיט 6 יאר צוריק

העדה החרדית גוט יעדן טאג היתרים פאר בעלי דינים צו גיין אין ערכאות.

ווילסטו מיר זאגן אז די אלע זענען עובר אויף יהרוג ואל יעבור, ווייל זיי איינערקענען אין דעם ציוניסטישן קאורט.
אין בכלל אויב זיך מתדיין אין ציוניסטישן געריכט איז ווי א איינערקענונג און זייערע געזעצן, אויב אזוי טאר מען זיך אויך נישט פארטיידיגן דארטן, ווייל מ'איינערקענט און זייערע געזעצן, אויב אזוי מיט וואספארא רעכט פארטייטיגט זיך משה חיים ווייס מיט דער געוועזענער קרית יואל'ער רב אין ציוניסטישן געריכט.

ארגינעלער » 24/7/2006 17:46

פעשי, זאג פאר יוסף90 אז אזוי גייט עס ליידער

ווער עס גיט די הענט פאר א חבר הכנסת... וועט שפעטער אריינפירן סאטמאר אין ציונסטישען געריכט
און טרעפן כל מיני היתירים

אינאיינעם מיט זיין פורים בית דין...

וועגן דעם טראגט דער שיכור rר' זלמן לייב אזא פנים.

תוקן על ידי - wassa_dif - 24/07/2006 18:42:56

בא_ללמד » 24/7/2006 18:01

גיין זיך פארטיידיגן אין געריכט איז נישט קיין אנערקענונג אין די חוקי המדינה, עס איז בלויז אן אנערקענונג אז בעוה"ר זענען אידן מיט בארד און פיאות, וועלכע געבן זיך אן אלס שומרי תורה ומצוות, און נאך אלס סאטמארע חסידים, געגאנגען און געגעבן די פולסטע אנערקענונג פאר דעם ציוני'סטישן געריכט און זייערע געזעצן, וואס דער רבי זי"ע פסק'ט אז דאס איז ביהרג ואל יעבור ! פאר די איין און איינציגע סיבה ווייל ביי דין תורה זענען זיי זיכערע פארלירער !

אנא נוליך חרפתינו !

מקוה_איד » 24/7/2006 18:34

דאס איז א חוכא וטלולא צו זאגן אז מ'זאל זיך נישט מעגן פארטיידיגן, א"כ האיך מצאנו ידינו ורגלינו? דאס איז א געהעריגע לצנות אינעם בעל דברי יואל.

לאידך גיסא, האט עטס בוגדים בשיטת ויואל משה, נישט געטאן די מינדעסטע זיך מונע צו זיין פון זיך מתדיין זיין בחוקות המינים והכופרים, נישט אינטערגעשריבן קיין שטרי ברורין, נישט געשיקט קיין איין הזמנה, גארנישט, נאר גראד געלאפן מט חשק צו די אפיקורסים ומנאצי השם.

לאמיך ענק זאגן עפעס, פאליטיש גערעדט, האבעך העכסט הנאה אז ענק האבן זיך אזוי מיאוס באשטינקן, אדרבא זאל די ציוניסטישע מידיע שרייבן אז ענק זענען די וואס זענען "סאטמארע" ביז געלט, כה לחי, אבער ליידער איז דער חילול השם איום ונורא.

אויב ר' זלמן לייב עקשנ'ט זיך און גייט נישט ארויס פון קארט, איז א חויב צו אויפקלערן און די ציוניסטישע מידיע ספעציעל די זעלבע צייטונג וואס האט געשריבן אז "סאטמאר" פארקויפט קנאות פאר געלט, אז די זענען די מיעוט "בוגדי" סאטמאר, און די ריכטיגע סאטמארע זענען ווייטער טריי צו שיטת ויואל משה.

ר' זלמן לייב! חזור בך!

פעשי » 24/7/2006 18:59

חסידים פונעם געווועזענעם קרית יואל'ער רב ענטפערט אויף דעם
יצחק ראזענבערג איז געגאנגען אין ציוניסטישן קאורט אין תל אביב קעגן א בני ברק'ער סאטמארער איד אן קיין היתר בי"ד

העדה החרדית איז געגאנגען אין ציוניסטישן געריכט קעגן "חברת שמן" מיט 6 יאר צוריק

העדה החרדית גוט יעדן טאג היתרים פאר בעלי דינים צו גיין אין ערכאות.

האבן זיי אלע געטאן אן עבירה וואס איז ייהרוג ואל יעבור?

ארגינעלער » 24/7/2006 19:18

יוסף90

פראגע:             האט דער לאקאלער שיכור א תירוץ פאר'ן געבן די האנט פאר א חבר הכנסת...
ענטפער: זיכער....

פראגע:              האט דער לאקאלער שיכור א תירוץ פארן גיין אין ציוניסטישן קאורט?
ענטפער: זיכער....


פראגע:              האט דער לאקאלער שיכור א תירוץ פארן'ן זאגן פאר ציונסטישן שופט, אז אלע דיינים זענען אונטערגעקויפט?
ענטפער: זיכער....


דער שיכור האט זאק מיט תירוצים....
וועגן דעם איז ער א פורים רב... אינאיינעם מיט זיין פורים בית דין

פעשי » 24/7/2006 19:33

נאכאמאל

 

חסידים פונעם געווועזענעם קרית יואל'ער רב ענטפערט אויף דעם
יצחק ראזענבערג איז געגאנגען אין ציוניסטישן קאורט אין תל אביב קעגן א בני ברק'ער סאטמארער איד אן קיין היתר בי"ד

העדה החרדית איז געגאנגען אין ציוניסטישן געריכט קעגן "חברת שמן" מיט 6 יאר צוריק

העדה החרדית גוט יעדן טאג היתרים פאר בעלי דינים צו גיין אין ערכאות.

האבן זיי אלע געטאן אן עבירה וואס איז ייהרוג ואל יעבור?


גוטזאגער » 24/7/2006 19:42

יצחק ראזנבערג איז געגאנגען אין געריכט קעגן דעם גר צדק וואס האט זיך פארטשעפעט מיט א"ט 36 יאר צוריק, און וועגן דעם האט ער געהאט א קלארן היתר עס צו טאן.

און בנוגע די עדה החרדית (אויב די מעשה איז נישט פונקט אזא שקר ווי די מעשה מיט יצחק ראזנבערג), זיי האבן ביי מיר קיינמאל נישט גענומען קיין היתר צו געבן א השגחה פאר ציוניסטישע קאמפאניס וואס האלטן אפן זייערע געשעפטן אין שבת. איך בין אלזא נישט גרייט צו טראגן אויף מיין פלייצע זייער פעקל עבירות.

[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

יוסף90 » 24/7/2006 20:30

יצחק ראזענבערג ייהרוג ואל יעבור (ווי בא ללמד שרייבט אפילו א היתר בי"ד העלפט נישט)

[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 24/7/2006 20:45

דער שיכור 90 מעקט אויס דעם נאמען פונעם דעם גערופענעם?

אפשר ווייסט עטס פארוואס?




ווייל יענער איז א פרייער ציוני...


90 פארקויף דיינע פערדעריי פאר יעקב בערעלע
נישט פאר מיר.

יוסף90 » 24/7/2006 20:53

יענער איז א סאטמארער חסיד פון בני ברק
און אלע זיינע קינדער זענען סאטמארער חסידים

ארגינעלער פרעג יצחק ראזענבערג וועט ער דיר זאגן ווער עס איז

בן_אהרן » 24/7/2006 21:01

דאס איז א פאלשע בריוו כאילו יצחק רוזנברג ריפט אים אין קאורט פארפאסט דורך איינעם פון ר' אלי' שליט"א בנים, נישט דער פון עירוב