היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » די שרעקליכע עוולה פון די זאליס ערכאות אין ב"ב

די שרעקליכע עוולה פון די זאליס ערכאות אין ב"ב

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1990092
בלאט: 1 2

בא_ללמד » 20/7/2006 07:53

עס איז ממש אומגלויבליך וואס עס שפילט זיך אפ פאר אונזערע אויגן !

דער מח שטעלט זיך אפ פון טראכטן ווען ער רעאליזירט דעם שטוינענדן אומבאגרייפבארן מציאות, ווי מען קען מהפך זיין הקערה על פיה פון איין עק צום אנדערן, און זיך נישט שעמען דערנאך ארויסצוגיין אין גאס.

- שוין צענדליגער יארן וואס די מתנגדים/בני יואל/זאליס אטאקירן אונזער קהילה און רבותינו הקדושים כאילו זיי זענען גענויגט ח"ו צו ציונות, אמווייניגסטנ'ס נישט גענוג מוחה אקעגן ציונות, אינדערצייט וואס זיי האבן שוין אפגעטון אלערליי פסלנות'ער אונטערן מאנטל פון די מלחמה אקעגן ציונות, אריינגערעכנט דאס שטיצן די וועלכע גייען צוזאמען מיט די אראבער, טראץ די מפורש'ע ווערטער פון רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע קעגן דעם, פארט האבן זיי אלע יארן זיך גענומען דעם פאן אלס פירער אינעם קאמף פון יעדע זאך וואס שמעקט - לשיטתם - מיט דעם גערוך פון ציונות.

- שוין העכער פינף יאר זינט די ראשי קהלתינו הקדושה האבן געשיקט א הזמנה לדי"ת פאר די פירער פון די זאלי פארטיי, טראץ וואס די ראשי הקהילה האבן מסכים געווען זיך צו שטעלן לדין ביי נארמאלע בתי דינים, און בעיקר ביי א זבל"א וזבל"א, וואס ס'איז נישטא קיין מער אויסגעהאלטענער וועג פון דעם, האבן זיי זיך אפגעזאגט פון שטעלן צו דין תורה מיט די לעכערליכע טענה אז מען מוז גיין צו דיינים וואס קענען זיך אויס אין תהלוכי הקהילה, און דאס איז געווארן זייער שלאג ווארט פאר די קומענדיגע יארן, טראץ וואס זיי אליין האבן נישט די מינדסטע אנונג וואס די ווערטער טוען באדייטן.

באזונדער האבן זיי ארונטערגעריסן דאס גיין צו דעם ביד"צ בית יוסף ד'נאווארדאהאק, אז מען טאר ביי זיי קיין גלעזל וואסער נישט טרינקען, און אז זיי זענען נישט אויסגעהאלטן אין די שיטה פון רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע בנוגע ציונות.

- אין די זעלבע צייט בערך, ווען די ראשי הקהילה זענען בלית ברירה געצווינגען געווארן צו גיין אין געריכט צו פרובירן ראטעווען דעם עתיד פון קהלתינו הק' און אירע ריזיגע פארמעגנ'ס פון די הענט פון די רויבער און טעראריסטן, האבן זיי אויפגעהויבן א קול מחאה פון איין עק וועלט צו די אנדערע, היתכן מען גייט אין געריכט להציל עשוק מיד עושקו?! ערכאות! מרים יד בתורת משה! מחרף ומגדף! און ענליכע לשונות של גנאי וואס האבן זיך געוואלגערט אונטער די פעדער'ס וועלכע האבן זיך דאן געפינען אין אפיס פון "דער איד".

דא האט פאסירט א מעשה אין בני ברק, וואו מען איז געגאנגען אין געריכט, אן שיקן קיין הזמנה פון פאראויס, אן קיין היתר פון קיין כשר'ן בי"ד, און אפילו ווען יענער האט שוין אונטערגעשריבן שטרי בירורין ביי א בי"ד גייט מען ווייטער אן מיט די קלאגע אין געריכט, און מען זאגט פארן געריכט, נישט ווייניגער נישט מער, נאר אז מען וויל נישט גיין צו דין תורה ווייל די דיינים זענען משוחד!!!

ועל כולם, איז מען געגאנגען אין געריכט ביי אזוינע וואס שטאמען פון אברהם יצחק ויעקב, און זענען בעוה"ר דן עפ"י חוקי עכו"ם! וואס דער רבי זי"ע שרייבט דערויף אין ויואל משה אז דאס איז ביהרג ואל יעבור!!! ואין פוצה פה!

וואו זענען די אלע פראפעסיאנאלע מוחים ? וואו זענען פארשוואונדן די זעלבסט-געקרוינטע אפוטרופסים פון די שיטה פון רביה"ק זי"ע ?! וואו זענען פארשוואונדן די וועלכע האבן פולע באגאזשן פון יהרג ואל יעבור'ס און טיילן דערפון מיט א ברייטע האנט פאר יעדע נארישקייט?! אויף דעם איז דאך דער רבי זי"ע קלאר מברר אין ויואל משה אז דאס איז ביהרג ואל יעבור!

די וועלט שווייגט! פלוצלונג האט מען פארגעסן פון מצות תוכחה, פלוצלונג ווייסט מען נישט און מען זעט נישט, מיטאמאל איז יעדער געווארן אזא שטילע שעפעלע וואס "וויל זיך נישט מישן..."

ווי ריכטיג האט כ"ק רבינו שליט"א אנגעוויזן אז דאס גיין אין ציוני'סטישן געריכט איז פונקט אזא הארבע עבירה ווי גיין צו די בחירות!

מילא אויף די יעניגע כת רשעים איז נישט קיין קשיא, זיי האבן שוין פון לאנג עוקר געווען יעדן פרט פון די תורה אדער מענטשליכקייט ווען עס איז נוגע געווען צו שטעכן אדער שטויסן אונזער הייליגן רבי'ן, אבער אויף די יעניגע וועלכע ווייסן אלעמאל דעם פונקטליכן אדרעס פאר מחאה, אויף זיי איז די קשיא !

און איך רעד נישט דא פון די מיטגלידער אינעם א.ג. פורים בי"ד, די איינגעשטעלטע דיינים ביי וועמען די שנאה האט שוין לאנג דערגרייכט ארויס פון יעדן פראפארץ, און זיי געבן שוין לאנג דעם סטעמפל פאר יעדע סארט השחתה און רשעות וואס ווערט געטון דורך די פירער פון די "נועם הארץ" פארטיי. מיין ווייטאג איז בעיקר אויף די וועלכע זענען נישט בלינד אונטערגעווארפן אונטער די יעניגע רשעים, נאר זיי זענען מקיים דעם "תגורו מפני איש" מיט אלע דקדוקים און כוונות, און דורכדעם זענען זיי גורם אזא שרעקליכן חילול שם שמיים און עלבון התורה בכללותה און פון רבוה"ק מסיגעט-סאטמאר זי"ע בפרט.

עס איז קלאר אז ווען נישט זייער שטיל שווייגן וואלטן די רשעים זיך אביסל איינגעהאלטן פון אנגיין מיט זייער רשעות אויף אזא פרעכן פארנעם.

פאטאקי08 » 20/7/2006 19:44

בן אהרן


הרב ווייס פערסענלי איז נישט שלעכט

די פראבלעם איז אז די עדה החרדית בית דין איז געווארן פונקט ווי סאכדעס אז די דיינים מיט די גאבד קענען נישט טוהן נאר וואס דער סד"ד לאזט און ביי עדה החרדית האמיר דער סד"ד (אדער מנהל כללי אדער וויאזוי דו ווילסט אים רופן...) וואס האט זיך שוין באקאנט געמאכט ביי די סקול דיסטריקט פרשה
הרב גרשון שטעמער (וואס מאנכע רופן גרשון שמעטער) וואס איז פאניע בראט מיט פראדלזאן ענד קא.
און הרב ווייס טוט נישט נאר וואס ער הייסט אים

ליידער האמיר שוין אויך פארלוירן יעצט הרה"ג משה האלבעשטאם ז"ל

בן_אהרן » 20/7/2006 20:32

האט נאר הרב האלבערשטאם זצ"ל מקיים געווען דעם ולא תגירו מפני שטמר?

מקוה_איד » 20/7/2006 20:49

אפאר פונקטן:

1. מ'דארף זיין א ביסל רעאליסטיש דא, מ'קען נישט ערווארטן אז זיי זאלן מקבל זיין תוכחה פון די אהרונים, עס איז צופיל צו פארלאנגען פון זיי, איך האלט אז זיי אליין כאפן זיך נישט ווי ווייט זיי האבן איבערגעצויגן דעם שטריקל, זיי זענען אזוי פארזינקן אין די שנאה און האס קעגן דעם רבי'ן אז זענען בלינד, ווי חז"ל זאגן ביי בלעם, "שנאה מקלקלת השורה".

2. דער רבי איז מסביר אין ספה"ק ויואל משה אז פאר די אומות העולם איז איינע פון די שבע מצות צו אויפשטעלן בתי ערכאות צו דן זיין דינים, ווידער פאר אידישע קינדער איז עס אן עון פלילי מאוד און עקירת הדת, ווייל אונז זעמיר מחויב צו האלטן די תוה"ק בכל פרטי' און צו מכיף זיין אידן צו עובר זיין אויפן דת תורה איז אן ענין פון מסית ומדיח, וואס איז יהרג ואל יעבור. (אינטערסאנט אז אונעם זעלבן סיעף ווי דער רבי רעדט פונעם חומר צו גיין צו די בתי דינים פון עוברי ה', האט דער רבי געטראפן פאר וויכטיג צו שרייבן אז ביי ערכאות של או"ה מעג מען גיין אויב מ'האנדלט מיט א גבר אלים)

3. עס ציפט דאס הארץ און מיר זענען פארשעמט צו זעהן ווי אונזערע "סאטמארע" ברודער, זאלן אונז אזוי מיאוס פאראטן. אלעס אויף וואס סאטמאר איז געשטעלט האבן זיי אראפגעפלאשט פאר שנאה אין האס קעגן אייגן ברודער. איך האלט אז מ'דארף אויפקלערן א דרויסענדיגער רב אדער כלל טיער וועם די זאליס האבן צוטרוי, און זיי עפענען די אויגן ווי זיי זענען פארקראכן.

4. ווי קאמיש איז אז די זאליס זענען ביזי מיט דעם אז די רביצין מרת סאשע (סתם "סאטמארע רביצין" מיינט ביי מיר מרת פעסיל לאה) רעדט עברית, א זאך וואס איז מן השמים, א שידוך, זי איז פשוט אויפגעוואקסן דערמיט, קיין איינע פון אירע קינדער קענען עברית, און דא איז ר' זלמן לייב בכבודו, סעפאסעדלי דער "סאטמאר" רבי גייט און טוט אזאך וואס איז סך ערגער ווי נעמען געלט פון די מדינה אדער גיין צו בחירות, דער וויזניצער מיטן גערער רבי זענען סך קלענערע ציוניסטן ווי ר' זלמן לייב, זיי גייען נישט צו קיין בג"צ.

5. טייערע ר' זלמן לייב! YOU CROSSED THE LINE, כאפ דיך וואס די טוסט, איך ווייס דו האסט פיינט דיין ברודער, אן דאס מאכט דיך בלינד, גיי ארויס פונעם בית המינים, פארלאנג נישט פון עוברי ומנאצי ה' זאלן דן זיין דיין סיכסוך.

מקוה_איד » 20/7/2006 21:27

איך האלט זייער ערענסט און עס איז א חובת השעה, פונקט ווי מ'פלעגט אריינלייגן בימים ההם הודעות אין די וועלטליכע פרעסע אויפצוקלערן די דרויסענדיגע וועלט די סאטמאר שיטה אז ערליכע תורה-טרייע אידן זענען קעגן א מדינה איידער ביאת המשיח, דארף מען יעצט ווען דער חילול השם איז איום ונורא, אז איינער וואס רופט זיך א "סאטמאר" רבי זאל קענען טון א זאך וואס איז גענצילך בניגוד דעם גאנצן ויואל משה, און די איזרעלי פרעסע צושמירט עס נאך. זאל מען אריינלייגן א באצאלטע אנאנס צו אויפקלערן אז דאס זענען נישט קיין "סאטמארע" אידן, דאס זענען א קליינע צאל פארעטער, און די ריכטיגע סאטמארע אידן רוב רובו טיען דאס פארדאמען בכל תוקף און האלטן זיך געטריי צו שיטת ויואל משה.

העבר_אין » 21/7/2006 17:28

דער שוטה פעשי איז אויפגעקומען מיט א עצה און שרייבט עברית אזוי מען זאל נאר פארשטיין האלב
וועגס וואס ער וויל שרייבן

נאר אפאר פאקטן, פאר דעם צוגעשטאנענער פעשי

איינס, די דאקומענטן אז דער רבי זצ"ל איז געגאנגן אין בג"צ צו אין בי"מ קעגן קלויזנעבורגער
וועגן טאלטשעווע הויז """ווי זענען די דאקומענטן"""""""

די האסט זיי

דאן ברענג זיי

נאר אז מען האט אזויפיל איי קיו, ווי דער רויטער שוטה פעשי, זאלי אדער זיין זוהן דער מנוול
חיים הערשעלע ווערט מען איבערגענומען פון די מימרא "איך האב אין באזיץ"" רויטעלע משה אז די
האסט ווייז, און די ווייסט "נישט" האסטו "נישט" פארשטייסטו 'אידישש'

פאקט צוויי, רשם החברות איז די זעלבע ווי בית משפט???????????
הא,

דריי, עס איז דא סאך א גרעסערע קשיא, משה חיים ווייס האט געטאן אסאך א ערגערע זאך ווי גיין צו
די רשם החברות, ער איז געגאנגן נישט מער און נישט ווייניגער נאר צו די 'עירי' בעטן א פורמיט
צו בויען, און לויט די וועלטס עם הארץ זאלי איז דאך ערכאות מותר און דאס אסור
תוקן על ידי - כל_העולם - 21/07/2006 20:35:40

ברענגנייעס » 21/7/2006 17:38

איך פארשטיי נישט די גאנצע דעבאטע פון אנהייבן ביזן סוף

לכאורה איז די גאנצע דיון ווער איז שולדיג אז עס איז בי"מ הציוני וואס ווער עס האט "יא"
געלערנט ספה"ק ויואל משה ווייסט די הארבקייט דערפון

לויט די זאליס איז עס משה חיים ווייס ווייל ער איז געגאנגן צו די רשם החברות

לויט סאטמאר איז עס די זאליס וואס זענען געגאנגן אין בית משפט

האב איך א פשוטע ראי' אז די זאליס זענען די וואס זענען געגאנגן אין ערכאות

אט הערט

עס געפינען זיך אין אונזער שפל'דיג דור אזעלעכע הייליגע, אמת'ע, ערליכע, אפגעהיטענע,
נייטראלע, וואוילע, תלמידי חכמים, אנשי מעשה, ווי דער גאב"ד ירושלים, אדמו"ר וויזשניץ מאנסי,
דיין קהלת זאלי מאנטריאל, הרב לייטנער, רז"ל פילאפ, רח"ד כ"ץ
מבארא פארק,

וואס עס איז פאר יעדן קלאר מיט גאנצן ברירות, אז זיי זענען באמת, נייטראלע אידן, וואס זענען
מקיים 'לא תגירו מפני איש' אויף אלע וועגן, אין אלע צייטן, אידן וואס לאזן זיך הערן די דעת
תורה אמיתית צו יעדע צייט, אויף יעדע פירצה, נישט קיין חילוק ווער עס טוט עס

נו, פרעג איך אייך, די אלע נעמען פון דא אויבן, --- און אנטשוליגט פאר די וואס איך האב
פארגעסן זייערע נעמען --- ווען סאטמאר וואלט געווען די וואס וואלטן געווען די שולדיגע אין
גיין בערכאות וואלטן זיי דאך מרעיש עולם געווען מסוף העולם ועד סופו, מען וואלט דאך געהערט
זייער דבר ה.... אן א עק

אלא מאי, אז מען הערט גארנישט פון זיי, איז א סימן אז מיר זענען נישט שולדיג

נאר וועט איר אוודאי פרעגן, ווען די זאליס זענען די וואס שולדיג זענען דאך די תורה טרייע
מנהיגים אויף אייביג מוחה ווייל זיי זענען דאך נייטראל, זיי זענען דאך ערליך, זיי זענען
מקיים דער 'לא תגירו' מיט אלע מפרשים

אט די הארבע קשיא זאל זיך יעדער אליין פארענטפערן

תוקן על ידי - כל_העולם - 21/07/2006 19:26:03

kleinekup » 21/7/2006 18:08

someone please remind me, why didnt we go to din toire to the dayunai hakehile i mean im sure they wouldve been fair..............................................ha ha ha this is the joke of the century if this didnt make us look at long bearded so called frummies as the biggest "oikrei hadas" then i dunno what else

בא_ללמד » 21/7/2006 19:44

פעשי.

פאוואליע, האסט אונז באגאסן מיט א שלל פון תירוצים און הסברים, באגלייט מיט עקלהאפטע אויסדרוקן אקעגן גדולי ישראל, אריינגעפלאכטן אין א ים פון ווערטער וואס קלעבן ווי ארבעס צו די וואנט.

לאמיר גיין אין א רייע, בקיצור נמרץ (איך וועל עס צוטיילן אין עטליכע תגובות, לויט דיין סדר) :

ביי מיר ליגט דאקומענטן ווי דער רבי זי"ע בכבודו ובעצמו האט געפאדערט אין ציוניסטישן "בג"ץ" פריוואטע מענטשן וועגן דעם טאטלשא''ווער רב'ס דירה אן קיין היתר בי"ד

אין אנדערע ווערטער זאגסטו, אז נישט נאר דער רבי זי"ע האט רח"ל עובר געווען אויף זיינע אייגענע ווערטער וועגן דן זיין חוקי עכו"ם אויף א פלאץ וואו מען קען דן זיין דיני ישראל, נאר ער האט עס גאר געטון אן א היתר בי"ד.

אויב אזוי וואס פארפירט איר אזוי קעגן סאטמאר פארן גיין אין געריכט אן א היתר בי"ד - לדבריכם ? זיי טוען דאך סך הכל אקוראט דאס וואס דער רבי זי"ע האט געטון ?

צוליב געוויסע סיבות האסטו דא פלוצים געטוישט צו עברית, און דו שרייבסט אז
אין כל דרך להתגונן אלא בבית משפט של "מדינת ישראל" הציוני, וההתדיינות אצלם איננה כי מכירים בה, אלא בגלל שאין כל ברירה כדי להציל את הנכסים מאותם אשר קלקלו.

איך ווייס אז דו קענסט מחולק זיין אויף די גאנצע וועלט, אריינגערעכנט די גרעסטע גדולי ישראל וועלכע גייען נישט מיט אייך אין שפאן, אבער דער מציאות איז אז הגאון הגדול רבי ניסים קארעליץ שליט"א ובית דינו שרייבן קלאר אז עס איז יא דא אנדערע וועגן וויאזוי זיך צו באשיצן פון די 'גנבים' [...].

איך וועל דיר מגלה זיין דעם סוד, עס איז דא א זאך ביי אידן וואס רופט זיך "דין תורה", דאס איז דער ערשטער וועג להתגונן, ערשט ווען דער מיטל ווערט צושטערט דורך מסרבים לדין, דאן קומט ערשט די צווייטע ברירה פון ערכאות.

בא_ללמד » 21/7/2006 19:58

דערנאך קומסטו מיט א גאנצע לאנגע תגובה, ווייטער אויף די טמא'נע שפראך, וואס 90% פון די היגע ליינער פארשטייען ניטאמאל, און דארט קומען די 'באמבעס'.

צום ערשט ביזטו מסביר אז דו גייסט ניטאמאל ענטפערן, און מען דארף ניטאמאל ענטפערן אויף די טענות פון הגאון החסיד המפורסם רבי מאיר אליעזר שליט"א, ווייל 'יעדער זעט אליין' די טיפשות פון זיינע ווערטער. אבער צוליב אומבאקאנטע סיבות קומט באלד נאך די הקדמה א לאנגס און א ברייטס וואס דארף ענטפערן אויף די טיפשות'דיגע ווערטער זיינע.

דערנאך צייגסטו איבער וואס דער זאלי אדוואקאט האט יא אדער נישט געזאגט אינעם געריכט, און דו לייגסט עס גאר ארויף אויף דעם סאטמארן אדוואקאט אז ער האט געזאגט אז די סאטמארע רבנים זענען אונטערגעקויפט. אבער וואונדער איבער וואונדער, דיין 'באווייז' קומט פון א בריוו וואס דער אדוואקאט האט געשיקט נאך די געריכט סעסיע, טראץ וואס לויט מיין אינפארמאציע קען מען באקומען 'מינוט'ס' פון יעדעס ווארט וואס ווערט גערעדט אין געריכט, וואו איז יענער דאקומענט ? צו איז דער בריוו געקומען צו פארדעקן אויף דעם שטינק פון די נידריגע ווערטער וועלכע זענען דורך דעם אדוואקאט גענוצט געווארן אין געריכט ?

די לעכערליכקייט פון די טענה אז מען זאל גיין צו ר' ישראל חיים מנשה צו דין תורה איז נישט ווערט קיין דריי סעקונדן אוועקצוגעבן דערפאר.

אבער די גרעסטע 'באמבע' קומט צום סוף, זיי זענען מכלומר'שט גרייט צו גיין בזבל"א, אבער פארמעסטן זיך נישט נאר אונז צו איינטיילן ווער אונזער בורר זאל זיין, אפילו דעם שליש ווילן זיי אויף אונז ארויפצווינגען ! און וועמען ? דעם נייטראלן ר' אלי' כ"ץ...

בא_ללמד » 21/7/2006 20:15

דא קומט דער עיקר:

דו הייבסט אן מיט א אמת ווארט, וואס שטאמט גראדע פון די חז"ל, אז "כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו", אבער ווייזט אויס אז לגבי א זאלי איז דאס נישט שייך, פונקט ווי אלע אנדערע ווערטער פון די חז"ל זענען נישט מחייב קיין זאלי, אלוועלטליך...

נאך א באריכט גראד פון גן עדן (דו ביזט אפשר דער קארעספאדענט פון 'דער בלאט' דארט ?), געסטו צום וויפילטן מאל ארויס דיין ווייטאג אז אונזערע ראשי הקהילה האבן נישט מסכים געווען אויפצוגעבן זייער לאנגיעריגע הארעוואניע פאר געלט און מאכט גייציגע יחידים, וועלכע באהאלטן זיך אונטער דעם איצטלא דרבנן, נאר זיי פרובירן אלע תורה'דיגע מיטלען צוריקצובאקומען די גזילה, טראץ וואס משה פרידמאן האט זיך געשוואוירן אז ביז א יאר צוויי וועלן די ראשי הקהילה און דער ציבור מיד ווערן.

און ווי יעדער וואס האט נישט קיין תירוץ אויף זיינע מעשים, פרובירסטו צו פארדרייען די טעמע פון איין עק צו די אנדערע, אז וויבאלד מיר דא זענען אין געריכט, און לדבריכם - וואס מען הערט יומם ולילה - זענען מיר גאר 'הולכים לערכאות' און מרימי יד בתורת משה, במילא איז דאס א אויטאמאטישער היתר פאר די זאליס צו גיין אין געריכט אין בני ברק...

אין אנדערע ווערטער, אז איר זענט שוין אויך געפאלן צו דעם נידעריגערן שטאפל וואו מיר האלטן, און איר גייט שוין אויך אין געריכט אן קיין היתר בי"ד, פונקט ווי מיר גייען. באדייט דאס אז פון היינט און ווייטער וועלן מיר שוין לכל הפחות נישט זען מער אין 'דער איד' אדער וואו אימער קיין ווארט אקעגן אונזער א.ג. "הליכה לערכאות" ?!

דאס איז שוין אפילו לשיטתכם אז מיר גייען דא ח"ו אין ערכאות, אבער דו ווייסט דאך אליין זייער גוט אז עס איז לא קרב זה אל זה, און איך וועל דא איבערחזר'ן מיינע פראגעס וואס איך האב שוין עטליכע מאל געפרעגט, און דערווייל נישט באקומען קיין ענטפער:

 - וויאזוי האט איר געוואגט צו גיין אין געריכט אן קיין שום היתר בעולם (אפילו דער א.ג. היתר פון די א.ג. דיינים איז אויך דאטירט י"ז סיון, ווען איר זענט אריין אין געריכט ג' סיון), און אן שיקן קיין איין הזמנה בעפאר און ניטאמאל דערנאך ?!

 - וויאזוי וואגט איר אנצוהאלטן די קלאגע אין געריכט, נאך וואס ר' משה חיים ווייס האט אונטערגעשריבן שטרי בירורין אז ער איז גרייט צו גיין צו איינעם פון די דריי בתי דינים, הרב קארעליץ, הרב לאנדא, אדער הרב וואזנער ?!

 - וויאזוי שעמט איר זיך נישט צו שרייען אויף אנדערע אז זיי זענען הולך בערכאות
(אינדערצייט וואס זיי זענען נישט)  ווען איר זעלבסט האט נישט די מינדעסטע פראבלעם צו גיין אין געריכט, און נאך אויף א פלאץ וואס דער רבי זי"ע שרייבט אז עס איז ביהרג ואל יעבור ?!

צדוק_44 » 21/7/2006 23:09

כמה תשובות בדבר, וואס מיר טיען דארט אינעם ישראלישער קארט, דהיינו צו בעטן א דעקלערעשן פאר וועם דאס לאט געהער,וואס אזאנס קען קיין שום בי''ד נישט - אפילו זי וויל - אין אפילן משה חיים ווייס שרייבט אינטער שטרי בירורין - דערקלערן, פשוט אזא דעקלערעשן איז נישט אוטאריזירט געמאכט צו ווערן דורך א בי''ד נאר דורכ'ן קארט.

אין אויף דעם האב מיר א בפרוש'ר היתר בי''ד וואס ליגט אויסגעלייגט אויפן גאנצן לענג אין ברייט אינעם מיטעלסטען פעידזש פונעם 'איד', בו בזמן וואס ענקער היתר בי''ד, אינאיינעם מיטן נאמען פונעם בי''ד, ליגט - מיטן אויסרייד פאר טעראר - באהאלטן ערגעץ ווי שוין 6 יאר,
[ווי צו זאגן מיר האבן עפעס א שוואכן נארישן היתר אבער פארביר עס נישט אפצופרעגן].

איי שלשה רועי בקר, ס'ארבעט נישט אזוי, די האסט א היתר בי''ד דא ביי דיין קארט ? וואס מיט דעם בארעכטיגסטו דיין היגער קארט, פיין, קום מיר אבער נישט זאגן, מיין בי''ד זענען עהרליכע, זענען שונא בצע האבן נישט פירווואטע מיינונגען [ווי למשל ר' יוסף הערש סופר אין אפילו הגאון ר' מענדל זילבער שליט''א זיי האבן נישט קיין פון פריער אפגעמאכטע מיינונגען אינעם פאליטיק פאר זיי געבן ענק התירים...]
נאר דיין בי''ד איז אינטער געקויפט, נישט מער ווי פאלנע רועי בקר, עמי הארצים, ס'גייט נישט אזוי מיין פריינט,
א שיינע מעשה...
א''כ אן לדבר סוף די טענות וועט אייביג גיין בעק אין פארד ביי אלע סכסוכים, איך גיי נישט צו דיינע 3 בתי דינים ווייל דער ערשטער איז נישט מער ווי רועי בקר, דער צווייטער אינטערגקויפט, דער דריטער נגיעות,...

ווייטער איבער'ן ציוניסטישן קארט ווייסטו גאנץ גוט אז לשיטת רבינו זי''ע ווען איינער דארט למשל איז א מסרב לדין איז נישטא קיין שום איסור פון גיין אינעם ציוניסטישן קארט אין ליתר שאת ברענג איך דיר דא אריבער וואס דרייניץ שרייבט אין אנדערן פורום בנוגע די ענין

רבינו הקדוש שרייבט דארטען אין ויואל משה קעגען די "מוחקקי חוקות עכו"ם" ער שרייבט קעגען די חברי הכנסת וואס מאכען און באשטעטיגען געזעצען שלא על פי דיני התורה, אויף דעם שרייבט דער רבי אז דאס איז כפירה.
רבינו הקדוש איז דאס מסביר אזוי, מאדאך ווען א איד גייט אין ערכאות פון א גוי, נישט ווייל ער האלט אז די גויאישע חוקים זענען ריכטיג, נאר ווייל אין דעם סיכסוך קומט איהם אויס בעסער אזוי, איז ער כאילו חירף וגידף, כל שכן ווען ער מאכט די געזעצען נישט פאר זיין אייגענע אינטערעסע נאר פשוט דאס איינצופירען אלץ חוק המדינה איז ער דאך אוודאי מחרף ומגדף ווייל ער ווייזט אז די גויאישע חוקים זענען אמת'ר און ריכטיגער ווי די דיני התורה הקדושה.

נאכדעם איז דער רבי מסביר, אז א גוי ווען ער מאכט חוקים נישט געבויט אויף די תורה איז עס א מצוה פאר איהם אבער ביי א איד איז דאס כפירה בתורתינו הקדושה.

דער רבי רעדט דארט אינגאנצען נישט פון די ציוניסטישע ערכאות, דער רבי רעדט פון די כנסת און חברי הכנסת וואס מאכען די געזעצען, די "מחוקקים" פון די ציוניסטישע געזעצען.

בא_ללמד » 23/7/2006 08:59

דער יסוד פון די אלע טענות דרייט זיך בעיקר ארום איין צענטראלע נקודה:

וועלכע זייט איז גרייט צו גיין צו דין תורה, און ווער זוכט אלע מיטלען זיך ארויסצודרייען פון דין תורה ?

איך וועל זיך מסביר זיין בקיצור.

דער פראבלעם פון דן זיין לויט חוקי עכו"ם איז נכלל פון צוויי פראבלעמען: 1) דאס "מכיר זיין" אין די געזעצן, 2) דאס "מייקר זיין" די גוי'אישע געזעצן.

א גוי, וויבאלד ער איז מצווה אויף דינים, טוט ער נישט קיין שום פראבלעם מיטן מאכן א געריכטליכן סיסטעם, אבער א איד טאר זיך נישט באנוצן דערמיט וויבאלד ער שטעלט אהער אז ער האלט די גוי'אישע געזעצן פאר ריכטיגער אדער מער אויסגעהאלטן ווי די אידישע געזעצן. דערפאר אבער ווען מען האנדלט מיט א גבר אלם וואס רעכנט זיך נישט מיט די חוקי התורה, קען דער בי"ד געבן רשות בלית ברירה צו גיין אינעם געריכטליכן סיסטעם, און דאס הייסט נישט קיין מייקר שם אלילים ווייל מען אנערקענט נישט דערמיט דעם גוי'אישן געזעץ נאר די אלימות פונעם איד, וועלכער וויל ל"ע נישט פאלגן די אידישע תורה.

אבער ווען עס האנדלט זיך אין א געריכט וואס ווערט געפירט דורך אידן, וועלכע בעפארצוגן בעוה"ר דעם גוי'אישן מהלך אין געזעץ איבער די חוקי התורה, איז אויסער דעם פראבלעם פון "מייקר זיין" דעם גוי'אישן געזעץ (וואס פאלט אוועק ווען א בי"ד געט רשות דערויף) איז דא דער פראבלעם פונעם עצם מכיר זיין אין א איד וואס איז דן חוקי העכו"ם, דארט וואו ער איז עובר אויף אן איסור אין די תורה, דאס איז דער רבי זי"ע מסביר אין ויואל משה.

פארשטייט זיך אז דער יסוד פונעם פראבלעם איז בעיקר ביי אזעלכן וועמען מען קען רופן צו דין תורה, ווען איינער האט א פראבלעם מיט א פרייען וואס האלט נישט ביים קומען צו דין תורה רח"ל איז עס נישט אינעם כלל פון מייקר זיין אדער מכיר זיין אינעם געריכט, איך גיי נישט צו אים ווייל איך אנערקען זיין געזעץ, איך גיי צו אים ווייל ער האט די פאליציי.

(לשבר את האוזן, איז דאס גיין אין געריכט ביי א איד, כאילו מען גייט צו א אידישן געלט קאלעקטאר וואס בארויבט דעם וואס איז שולדיג פאר דיר געלט דורך געווער, וואס איז זיכער אסור סיי לויט די חוקי התורה און סיי - להבדיל - לויט דעם גוי'אישן געזעץ, וואס דאס קען אפילו א בי"ד נישט מתיר זיין וויבאלד יענער איז נישט אויסגעהאלטן אפילו לויטן גוי'אישן געזעץ, ואכמ"ל).


און דא קומען מיר צו צום פראבלעם:

דארט אין בני ברק, וויבאלד סאטמאר איז גרייט צו גיין צו דין תורה, איז נישטא דער רב וואס קען מתיר זיין צו גיין אין גוי'אישן געריכט. אפילו אויב סאטמאר איז נישט גרייט צו גיין צו די דיינים וואס זיי ווילן (אין די זייט געלייגט דאס וואס התובע הולך אחר הנתבע, און זיי שלאגן פאר נאר דיינים וואס האבן א פון פריער באשטימטע מיינונג), וויבאלד עס איז דא א מעגליכקייט צו גיין צו דין תורה קען מען נישט געבן קיין היתר צו גיין אין געריכט, זיכער נישט א סאטמארער תלמיד.

דאס גיין זיך פארטיידיגן איז נישט ווייל מען אנערקענט אין זייערע געזעצן, אדער אפילו אין די רעכט פון די כופרים צו מאכן זייערע אייגענע געזעצן, עס איז א בלויזער אנערקענונג אז דער צד שכנגד - אין אונזער פאל, די זאליס - האבן נישט די מינדסטע שייכות מיט די תורה, אדער מיט די שיטה פון רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע, נאר ווי לאנג עס דינט זייערע אינטערעסן.

אנא נוליך חרפתינו !!!

בא_ללמד » 23/7/2006 09:57

עיקר שכחתי.

ביי די יעצטיגע פרשה אין בני ברק זעהט מען קלאר וועלכע זייט עס וויל גיין צו דין תורה, און ווער עס וויל נישט גיין צו דין תורה.

עס איז נישטא קיינער וואס קען אנווייזן א הסבר פארוואס דער סכסוך ווערט נישט געשליכטעט ביי א געהעריגן בי"ד, אלע תירוצים וואס מען האט גענוצט דא אין ניו יארק זענען דארט נישט שייך, און דער איינציגער תירוץ איז:

ביי דין תורה זענען זיי זיכערע פארלירער, סיי אין ניו יארק, סיי אין בני ברק !!!

די איבריגע טענות און הסברים זענען גענצליך איבריג, דארט האבן זיי קלאר געוויזן זייער פרצוף, און דער פרט איז עדות פארן כלל.

מבני_בניו » 23/7/2006 21:31

איך וויל פארשטיין עפעס אנדערש, וואו איז די גראב"ד מיט די פורים בי"ד סיין? פארוואס קענען זיי נישט געבן די היתר? פארוואס איז סיגוט פלוצלינג געדארפט לויפן צו אהרן אלי' שפיצער און זישא כ"ץ? וואס איז געשען מיט "דייני הקהילה"?

רעדנדיג » 23/7/2006 22:07

אין מדינת ישראל קען מען נעמען א יעדע פסק פון א ב"ד און גיין אינפארסן ביי ערכאות טאמער דע צד השני וויל עס נישט אויספירן

לענינינו מ, ח, ווייס זאגט איך בין מנהל  מ, בר"פ וואלערשטיין זאגט איך בין מנהל 
אויף דעם איז דא א ב"ד און מען מאכט א דין תורה 
אין זאג מיך נישט אז דעס איז פלעין א קלערפיקעשן ווייל איך קען זאגן אויף יעדע סכסוך איך גיי אין קאורט נעמען א קלערפיקעשן

ניין אונז זעמיר יודן אין דע ערשטע זאך רופט מען צי דין תורה אין אז יענער וויל נישט קומען נעמט מען אנדערע שריט אבער גיין
לכתחילה אין קאורט אין צוויי וואכן דערנאך נאך פרעשור פון בי"ד פון קרליץ קומען מיט א היתר פון עפעס א נייער בי"ד וואס האט נישט אויסגעהערט קיין צווייטע צד עס איז נישט דא קיין גרעסערע חוזק פון די תורה און פון בי"ד ווי דעס

פעשי » 24/7/2006 01:41

דין תורה קען מען רופן א צווייטן פאר ווען ער מסר'ט פאר די רעגירונג
נישט דערנאך

בא_ללמד » 24/7/2006 01:46

פעשי.

מילא אז דו באשולדיגסט הגאון רבי ניסים אלס ליגנער, שוין, ער איז דאך א 'ציוני'... אבער וואס האבן די 'שיטה-אויסגעהאלטענע' רועי בקר געזינדיגט ?! און די עטליכע איינגעשטעלטע פון משפט שלום ?! זיי זאגן דאך אויך אז ר' משה חיים איז נישט געגאנגען אין געריכט, אדער געמסר'ט עמיצן, זיי זאגן נאר אז וויבאלד ער איז געגאנגען צום רשם החברות מעגן די זאליס גיין אין געריכט צו נעמען א עיקול קעגן דעם.

דער טרוקענער מציאות איז, אז ר' משה חיים ווייס האט נישט געטון קיין שום פעולה אין געריכט, ער האט בלויז סוקסעספול אפגעהאלטן דעם שאדן וואס וואלט אים ארויסגעקומען אויב עס וואלט געלונגען פאר די גנבים, אין שפיץ פון רז"ל, איבערצושרייבן די מוסדות אויף זייער פריוואטן נאמען.

פון דאן אן, ביזן היינטיגן טאג, האט ר' משה חיים ערקלערט וואו נאר מעגליך אז ער איז גרייט זיך צו שטעלן צו דין תורה ביי יעדן אנערקענטן בי"ד, דער איינציגער ענטפער דערויף איז געווען א מבול פון שמוציגע ווערטער פון די זאליס אויף היידפארק !

עס איז קיינמאל נישט געקומען קיין ענטפער פון די זאליס אז זיי זענען גרייט צו גיין צו דין תורה, ניטאמאל האבן זיי זיך גענומען די מיה צו געבן א תירוץ פארוואס זיי דארפן נישט גיין צו דין תורה.

דער איינציגער תירוץ איז, ווייל ביי דין תורה זענען זיי זיכערע פארלירער, און דארט וואו א זאלי קען דערלייגן האט ער מיט די תורה קיין שייכות נישט !!!

יוסף90 » 24/7/2006 02:01

בא ללמד

מסר'ן אין באשולדיגן ר קאפארעישן מיט פעלשעהרייען איז א שאדן פאר די קאפארעישאן
מעקל זיין א קאפארעישאן איז א שאדן פאר'ן קאפארעישאן

און דאס אלעס איז געטאן געווארן בכח השלטונות ווי משה חיים מיט דיין רבי דער געוועזענער קרית יואל'ער רב האט זיך געוואנדן

סעדער » 24/7/2006 02:11

איך האב געפרעגט איינעם פון קרית יואל, וואס גייט פאר ביי ענק וואס זענט עטס אזוי שטיל, קיין מחאות, גארנישט, איין דרשה און דאס אלעס. פארוואס לויפט מען נישט צו רבנים בד"ץ וכו' וכו' מען האט דאך איצט א גוטע אישא וואס הכל מודים (אפילו רז"ל אזויגערופנע חסידים) ווי מען זעט פון זייערע ענטפערס דא, אז זיי זענען איצט היבש פארקראכן, וואס ווייסט איין באשעפער צו מ'קען נאך תשובה טאן! האט ער מיר געענפערט בזה הלשון: "דו ווייסט דען נישט אז קרית יואל האט אנגעכאפט א שווייגעניש די לעצטע פאר יאר, ווען אפילו רז"ל זאל מארגן מסדר קידושין זיין אין מאנראו וועט אויך קיינער גארנישט זאגן! אזוי האט דער רבי געהייסן און דער עולם פאלגט ערליך! מען האט געמוזט איינמאל מוחה זיין אבער דאס איז עס!" עס איז אן אינטערעסאנטע תירוץ, עס איז מן הסתם דער גאנצער אמת, ווייל בעסערס טרעף איך נישט!

בא_ללמד » 24/7/2006 02:22

וואס יוסף90 און זיינע אנדערע היידפארק ניק'ס האבן צו זאגן האב איך שוין געהערט, נישט נאר ביי די טעמע.

פון די אנדערע זייט שטייען ווי פאלגנד: הגאון הגדול רבי ניסים קארעליץ שליט"א, די שלשה רועי בקר, און די איינגעשטעלטע פון משפט שלום, וועלכע זאגן אלע פה אחד אז רבי משה חיים האט נישט געמסר'ט די קארפארעישאן, אפשר האט ער שאדן געמאכט פאר די וועלכע האבן געוואלט גנב'נען די קארפארעישאן אז זיי זאלן מוזן גיין צו דין תורה מאשר צו זיין די גניבה, אבער ביי נארמאלע מענטשן - יוסף90 נישט אריינגערעכנט - הייסט דאס נישט קיין שום שאדן, נאר א לעגיטימער טייל פון די מחלוקה.

בא_ללמד » 24/7/2006 02:26

אגב.

פאר די אמעריקאנער אידן וואס ווילן פארשטיין וואס רבי משה חיים האט געטון, ער האט געטון אקוראט דאס וואס ר' יעקב כהנא האט געטון מיטן בית החיים אין יאר תשס"א, צו מאכן א דעקלעראציע אז מען קען נישט איבערשרייבן דעם חפץ (דאהי: בית החיים, דארט: די קאאפערעישאן) ווי לאנג עס ווערט נישט נתברר ווער עס איז דער פרעזידענט פון די קאאפערעישאן.

אויב מעגן די זאליס גיין אין געריכט אין ארץ ישראל אן קיין היתר בי"ד צוליב די דאזיגע אקציע פון ר' משה חיים, דאן האבן די אהרונים פונקט אזוי געמעגט גיין אין געריכט אין אמעריקע אן קיין היתר בי"ד - אפילו לשיטתם !

עס האט זיך דארט צום וויפילטן מאל ארויסגעשטעלט דער אומצוויידייטיגער פאקט, אז די זאליס זענען זיכערע פארלירער ביי דין תורה ! און דארט וואו די זאליס שטייען אויס צו פארלירן מעג מען טרעטן אויף כל התורה כולה !

יוסף90 » 24/7/2006 02:27


אזוי זאגסטו

מיר פערזענליך האט ר' ניסים קארעליץ געזאגט אז דער בריוו פון דיין רבי'ן דער געוועזענער קרית יואל'ער רב מיט משה חיים צום יוסטיץ דעפארטמענט איז א מסירה.

און ר' ניסים איז אפגעכאפט אויף טעי"פ

יוסף90 » 24/7/2006 02:30

פון דעם זעסטו אזדי ווייסט נישט וואס משה חיים האט געטאן

ר' יעקב כהנא האט געמאכט אויף א קרקע א "לאט",

אבער דיין רבי דער געוועזענער קרית יואל'ער רב מיט משה חיים ווייס האבן איינגעפריזט א קאפארעישאן, ווי מ'דארף איינגעבן יערליכע באריכטן, וואס מ'האט נישט געקענט טאן זונט די פריזונג, וועלכע עס קען צוברענגען צו "מחיקת החברה", און די אלע נכסים וועטאריבערגיין אויטאמטיש צו די "עזבונות המדינה".

עם הארץ וואס ביסטו מדמה מילתא למילתא

יוסף90 » 24/7/2006 02:31

בא ללמד

אריינגעבן א מסירה אין "יוסטיץ דעפארטמענט" איז אויך א לעגעטימע טייל פון די מחלוקה?

בא_ללמד » 24/7/2006 02:38

דער אייגנטליכער סך הכל פון ביידע איז, אז מען האט ביידע געקענט סעטלען ביי דין תורה, און אין ביידע פעלער איז עס געווען די זעלבע זייט וואס האט זיך נישט געהאלטן ביים שטעלן צו דין תורה וויסנדיג אז דארט זענען זיי זיכערע פארלירער !

עס גייט מיר גאנץ קנאפ אן וואס רבי ניסים קארעליץ זאגט פאר יוסל 90, באלד וועסטו נאך זאגן אז רבי ניסים האט דיר געזאגט אז מען דארף דא נישט גיין צו דין תורה און מען מעג גיין אין געריכט, מיר אינטערעסירט נאר וואס ער האט געשריבן קליפ און קלאר.

שרייבן שרייבט ער אז מען דארף גיין צו דין תורה, און ער שרייבט עס נישט צו אונז.

יוסף90 » 24/7/2006 03:03


אוודאי
נאכ'ן מסר'ן קען מען סעטלען ביי א דין תורה

ממש ציקער זיס

צווייטענס אויב קען מען סעטלען ביי א דין תורה פארוואס וויל נישט דיי רבי דער געוועזענער קרית יואל'ער רב אונטערשרייבן שטרי בירורין

יוסף90 » 24/7/2006 03:21

בא_ללמד מנסה כל הזמן לשקר, ומה שהוא אומר ב"בחדרי חרדים" הוא לא אומר ב"כל העולם"
http://hydepark.hevre.co.il/topic.asp?topic_id=1990917&whichpage=3#R_7

העבר_אין » 24/7/2006 03:41

אהא די פראגע איז פאר פעשי וכל שום וחניכא דאית לי' איז "ווער" שרייבט, און "ווי" מען שרייבט טייערער יוסף90 די פראגע איז "וואס" מען שרייבט, פארשטייסט "וואס" וואס" און די פראגע אויף "וואס" איז, פארוואס ווען יעקב כהנא גיט א דעקלערעישאן פאר די בית החיים איז מותר, און א דעקלערעישאן פאר רשם החברות איז אסור נאכאמאל פארוואס מעג יעקב כהנא יא, און משה חיים ווייס טאר נישט פארוואס ווען די אהרונים גייען אויף יעקב כהנא דעקלערעישאן אין קאורט איז ערכאות און ווען זאלי גייט אין קאורט קעגן ר' משה חיים ווייס איז מותר נאכדעם וועלן מיר רעדן פון ערכאות אין מדינת ישראל און ערכאות אין חו"ל כמבואר ב'ויואל משה'

בא_ללמד » 24/7/2006 04:02

ווי לאנג הגאון רבי ניסים קארעליץ שרייבט - נאכן זען די אלע 'פאקטן' וואס יוסף 90 האט אים געוויזן (ער האט דאך אליין גערעדט מיט אים...) - אז די זאליס דארפן גיין צו דין תורה, און יוסף90 וסגל מריעיו 'פסק'נען' אז מ'דארף נישט גיין צו דין תורה, איז נישטא קיין גרעסערער באווייז דערפון איבער ווער עס וויל זען דעם סכסוך ביי א דין תורה און ווער עס וויל נישט.

והפרט יעיד על הכלל.

פעשי » 24/7/2006 17:21

העבר אין

א דעקלערעישן אין בית החיים האט נישט צוגענומען די רעכטן פון צווייטן צד, קרית יואלח האט ווייטער געקענט מקבר זיין, קרית יואל איז ווייטער געבליבן וואס ער איז געווען ביז היינט

אבער אין ארץ ישראל האט דער געוועזענער קרית יואל'ער רב מיט משה חיים ווייס באגרעניצא די קאפארעישן, איינגעפרעזט די קאפארעישאן צוגענומען יעעמ'ס רעכטן, דורכדעם האט משה חיים באקומען א פערמיעט.

צו דערצו האבן זיי אויך גע' מסר'ט די אלע "בעלי מניות" (די אייגנטימער פון די קאפארעישן)

ר' יעקב כהנא האט גע'מסר'ט מיט'ן דעקלערעישן?

בא_ללמד » 24/7/2006 17:50

א שטיקל הסבר פאר די אמעריקאנער וועלכע קענען נישט קיין העברעאיש.

"רשם החברות" איז נישט קיין געריכט, עס איז פשוט א אפיס וואו עס ווערן געהאלטן אלע אינפארמאציע וואס איז נוגע פאר יעדע חברה (קאאפערעישאן אויף ענגליש), און דער געריכט רעכנט זיך מיט די פאקטן וואס זענען דארט פארשריבן. עס איז אקוראט ווי דער אפיס אין גאושען וואו עס ווערט פארשריבן אלע טראנזאקציעס בנוגע יעדן לאט, ווי איבערשרייבן דיעד'ס, ארויסנעמען מארטגעזשעס, אא"וו.

וויבאלד די זאליס האבן פאלשערהייט איבערגעשריבן די קאאפערעישאן פאר משה פרידמאן און רז"ל טייטלבוים און נאך עטליכע גנבים, זיי האבן נאך א 'טובה געטון' און אויך צוגעלייגט די נעמען פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע און כ"ק רבינו שליט"א (כדי עס זאל נישט אויסזען אויפפאלנד), און דערנאך האבן זיי אנגעהויבן לייגן שטיינער אויף יעדן טריט און שריט פאר ר' משה חיים ווייס, פון וועלכע דער קלימאקס איז געווען אז זיי האבן אפיציעל אויפגעזאגט ר' משה חיימ'ען פון זיין מנהל מוסדות סאטמאר, און דערנאך געגאנגען צו די עירי' און אין געריכט צו שטערן דאס בויען דעם נייעם בנין, האט מען בלית ברירה אריינגעשיקט א בריוו צו דעם "רשם החברות" - נישט אין געריכט ! - אז זיי זאלן וויסן אז די וועלכע דערקלערן זיך אלס בעלי בתים האבן נישט דאס מינדסטע שייכות מיט די קאאפערעישאן.

דאס איז אקוראט די זעלבע זאך וואס ר' יעקב כהנא האט געטון דא אינעם ביה"ח ווען ער האט אריינגעגעבן א דעקלעראציע אין אראנזש קאונטי אפיס אז ער איז דער פרעזידענט און קיינער קען גארנישט טון אינעם ביה"ח אן זיין רשות. נאר דארט אין בני ברק איז עס געווען מער נוגע למעשה אויפן מאמענט, ווייל מען דארף אריינגעבן יערליך א באריכט פון די קאאפערעישאן (אזויווי יעדע קאנגרעגעישאן אין אמעריקע), און די נייע באורד וואלט עס נישט געקענט אריינגעבן, נאר די אלטע (מען קען דעבאטירן אויב די אלטע וואלט יא געקענט, אבער דאס איז נישט די טעמע דא).

די "רשם החברות" האט אויפן פלאץ געפרוירן אלע אקטיוויטעטן פון די חברה ביז עס ווערט פעסטגעשטעלט ווער עס זענען די ריכטיגע בעלי בתים.

אין נארמאלע אומשטענדן, ווען מען האט צו טון מיט אידן שומרי תורה ומצוות, רופט מען יעצט ר' משה חיים ווייס צו דין תורה, און אויב עס ווערט דארט נתברר אז ר' משה חיים איז נישט גערעכט, הייסט דער בי"ד אז ר' משה חיים זאל צוריקציען זיין דעקלעראציע אין "רשם החברות" און אלעס וואלט צוריק צום אלטן, און דאן אויב ר' משה חיים וואלט נישט געפאלגט דעם בי"ד וואלט דער בי"ד געקענט געבן א היתר צו גיין אין געריכט - וואס דאס וואלט באמת דער בי"ד נישט געקענט טון ווייל אנערקענען דעם ציוני'סטישן געריכט איז ביהרג ואל יעבור, ווי רביה"ק זי"ע פסקנ'ט אין ויואל משה (געווענליך אין אזא פאל געט בי"ד רשות צו גיין צום בי"ד פון די "רבנות הראשית", וועלכע האבן א געריכטליכן כח אין מדינת ישראל).

ליידער ווייזט זיך ארויס אז מען האנדלט מיט אידן וועלכע טרעטן אויף די תורה בריש גלי, און ווייל זיי האבן געוואוסט אז ביי דין תורה זענען זיי זיכערע פארלירער זענען זיי געגאנגען אין געריכט אן קיין שום היתר בי"ד בכלל ! ערשט צוויי וואכן שפעטער האבן זיי זיך דערמאנט צו גיין בעטן אפילו פון עמיצן א היתר בי"ד !

א חשוב'ער רב האט זיך אויסגעדרוקט: איך האב געוואוסט אז זיי האבן נישט קיין פראבלעם מיט ערכאות אדער סירוב לדין תורה, איך האב געוואוסט אז זיי האבן מיט די תורה קיין שייכות, אבער מיטן רבי'ן זי"ע האבן זיי שוין אויך גארנישט ?! וויאזוי שעמען זיי זיך נישט אזוי בריש גלי צו טרעטן אויף די אפענע ווערטער פון הייליגן רבי'ן זי"ע אין ויואל משה ?!

וואו ווייט וועלן זיי נאך אנקומען ?!
תוקן על ידי - בא_ללמד - 24/07/2006 17:55:06

בא_ללמד » 24/7/2006 18:27

און אגב, אז מען רעדט שוין, וועל איך אנווייזן איינס פון יוסף90'ס גרעסטע שקרים אין די פרשה, און דער אפענער און פרעכער ליגנט זאל דינען אלס באווייז אויף די איבריגע מער פארנעפלטע שקרים זיינע.

ער שרייבט צענדליגער מאל כאילו ר' משה חיים ווייס האט עמיצן גע'מסר'ט ביים מעלדן פאר די "רשם החברות" אז מען האט פאלש איבערגעשריבן די חברה, ווייל פעלשן א שטר קען ברענגען א שטראף פון תפיסה.

אפגעזען פונעם פאקט אז מעלדן פאר דעם "רשם החברות" אז עמיצער האט געפעלשט א שטר, איז פונקט ווי מעלדן פאר א "קאמישאנער אוו דיעד" אז עמיצער האט עפעס געגנב'עט. ביידע קענען אייניג ברענגען תפיסה... אבער דער פשוט'ער פאקט איז אז ניטאמאל דאס האט מען זיי געמאלדן.

איך ציטיר די שורות וואס יוסף90 שטרייכט אונטער:

נודע לח"מ [לחתום מטה] כי נעשו פעולות חסרי תוקף חוקי והוגשו דיווחי כזב לעניין פיטורי מנהלים ובכללם הרב משה חיים ווייס.

זעט עמיצער אין די ווערטער א ווארט אז עמיצער האט געפעלשט אונטערשריפטן ?! דא שטייט פראסט און פשוט - און אזוי ווערט מער ארויסגעברענגט שפעטער - אז משה פרידמאן וואס האט אריינגעשיקט צו דעם "רשם החברות" אז ער האט אויפגעזאגט ר' משה חיים, האט אים פאלש אויפגעזאגט, וויבאלד ער האט נישט קיין רעכט עס צו טון נישט זייענדיג אויף די באורד פון די קאאפערעישאן. עס קען זיין צענדליגער סיבות פארוואס ער איז נישט דארט.

אבער אמת דארף עס אויך זיין ?! דער עיקר איז אז יוסף90 האט עפעס וואס צו שרייען מיט גרויסע רויטע ווערטער און איבערזאגן הונדערטער מאל ביז ער אליין וועט גלייבן דערין.

דער איינציגער פאקט דא איז, אז די וואס פאררופן זיך אלס די פאן טרעגער פון די שיטה פון רביה"ק זי"ע, האבן דא ליידער געטרעטן אויף זיינע הייליגע ווערטער אויפן הארבסטן אופן, פאר די איינציגע סיבה ווייל ביי דין תורה זענען זיי זיכערע פארלירער !

[בילד – נישט אפגעהיט]

פעשי » 24/7/2006 19:23

דיווחי כזב איז דער טייטש אז דיע גיסט אריין פאלשע באריכטן פאלשע דאקומענטן

און אינעם "קאפערעישאן" געזעץ האט עס א נאמען "רישום כוזב במסמכי תאגיד" וואס ווער עס פארלעצט עס איז באדראט מיט 5 יאר תפיסה

איצט קענסטו מאכן פשעט'לעך וויפיל די וויסט

צווייטענס די גאנצע דיעד פון די קאפארעישאן מיט'ן רבינ'ס זי"ע נאמען בעל ברך משה און כ"ק מרן רבינו שליט"ר מיט'ן נאמען פונעם געוועזענעם קרית יואל'ער רב און די נעמן פון ר"מ גבאי און ר"י טייטלבוים, האט מען נישט געטוישט פאר א יאר אדער א חודש פאר דער געוועזענער קרית יואל'ער רב מיט משה חיים ווייס האבן געשיקט זייער "מסירות" בריוו.

נאר 3 יאר בעפאר.

משה חיים ווייס האט געוואוסט דערפון עס איז געווען געזעצליך און ער האט גארנישט געטאן קעגן דעם.

אזוי אז די שרייבסט די פאקטן פאלשערהייט.

ארגינעלער » 24/7/2006 19:43

יוסף90

האט דער לאקאלער שיכור בכלל געשיקט א הזמנה פאר משה חיים ווייס
יא אדער ניין?

איז ער געגאנגען אין געריכט און נאכדעם גענומען א היתר פון די דריי באמעס און אמעראצים
יא אדער ניין?






וואס דרייסטו מיר א קאפ?


תירוצים זאלסטו געבן פאר דעם פאסטעל ארבעטער

פעשי » 24/7/2006 20:19

יצחק ראזענבערג יהרוג ואל יעבור (ווי בא ללמד שרייבט אפילו א היתר בי"ד העלפט נישט)

[בילד – נישט אפגעהיט]

בא_ללמד » 24/7/2006 21:51

די מעשה מיט יצחק ראזענבערג קען איך נישט, איך בין נאר זיכער אז ווען עס וואלט געווען אזא מעשה וואלטן מיר שוין געהערט דערפון באלד ווי עס האט פאסירט, נישט יארן שפעטער אויסמעקנדיג דעם נאמען.

אפילו אויב ר' יצחק ראזענבערג האט יא עפעס געטון, איז עס העכסטנס א מחלוקה פון ר' יצחק ראזענבערג און רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע, דו ביזט בארעכטיגט אנצונעמען וועמענ'ס מיינונג דו ווילסט, אבער נישט זיך צו רופן א סאטמארער תלמיד.

"דיווח כוזב" איז נישט "רישום כוזב", דיווח מיינט א באריכט, "רישום" מיינט אריינשרייבן אפיציעל.

דער גנב משה פרידמאן האט פאלש אריינגעגעבן א "באריכט" פאר די "רשם החברות" אז ער האט ארויסגעווארפן ר' משה חיים ווייס, ביז ווען ער האט דאס נישט געטון האט נישט אויסגעפעלט פאר קיינעם זיך צו מטפל זיין מיט זיינע הבלים, ערשט ווען די גנבים משה פרידמאן און רז"ל זענען געגאנגען אין געריכט קעגן די עירי', און דערנאך געלאפן צום רשם החברות אז זיי ווארפן ארויס די אמת'ע באורד מיטגלידער, דאן האט ר' משה חיים איינגעגעבן פאר זיי אז דער "באריכט" אז ער איז ארויסגעווארפן איז פאלש, ווייל משה פרידמאן איז נישט קיין באורד מיטגלידער.

און דאס האט הגאון רבי ניסים קארעליץ שליט"א אויך געזען ווי ווייט מען קען פארדרייען פאקטן, און דערויף האט ער ארויסגעגעבן דעם שארפן בריוו אז די זאליס זענען מרים יד בתורת משה, און זענען מחוייב ארויסצוגיין פון געריכט און זיך שטעלן צו דין תורה.

kj_village » 24/7/2006 22:03

דא דארף ארויס געברענגט ווערן נאך א נקודה למחשבה, אין קען זיין אז עס פארדינט אפילו א עקסטערע אשכול

ליינט אדורוך דעם היתר וואס זיי האבן פין משפט שלום!!!
האט שוין אמאל פאסירט אזא זאך {חוץ משפט שלום}  אז א בי"ד זאל אויסהערן איין זייט אן די צוייטע זייט
אין נאך דערצי געבן א פסק אז מען מעג גיין אין געריכט???!!!!!!!

געוואלד!!!!!!!!!!!!!!
אויב איין זייט איז געקימען צי דיר, דאן שיק א הזמנהא א די"ת , אדער גיב א צייטווייליגען עיקול פין בי"ד!!!!
ווי האבן זיי די רעכט צי שרייבען אין בושה אז זייער פסק אז מען מעג גיין אין קארט איז געגעבן געווארן נאכען אויסהערן נאר איין זייט???????????




יוסף90 » 25/7/2006 01:49

בא ללמד ביסט א פאלנער שקרן
א. ווי אזוי באריכטעט מען פאר'ן "רשם החברות" א באריכט, דורכ'ן טעלעפאן, דורך הייד פארק דורך אימעיל
אדער דורכ'ן איינגעבן א פראטאקאל מיט אונטערשריפטן וועלכע רופט זיך "רישומים"

איז וואס דען דרייסטו דעם קאפ מיט א אונטערשייד פון רישום מיט דיווח.

ב. וועמען פארקויפסטו דיינע ליגענט'ס אאז משה חיים ווייס מיט דיין רבי'ס מסירה בריוו איז געשיקט געווארן נאך ווען מ'איז געגאנגען אין געריכט קעגן די עיריה.

משה חיים ווייס מיט די רבי דער געוועזענער קרית יואל'ער רב'ס מסירה בריוו איז געשריבן געווארן גענוי מיט א יאר צוריק כ"ח תמוז תשס"ה, און אין געריכט קעגן די עיריה איז מען הערשט אריין חודש אדר תשס"ו.

ג. וואס הייסט משה גבאי האט פאלשער הייט אפגעזאגט, די גאנצע קאפארעישאן האט עם אפגעזאגט, און מיט רעכט, "בעלי מניות" קענען אין האבן די רעכט צו אויפזאגן א מנהל, ר' משה גבאי מיט ר' ירמי' ט"ב מיט מרן רבינו הברך משה זי"ע, ובנו ממ"מ רבינו מהרי"י שליט"א האבן שוין געהאט זייערע "מניות" באקומען מיט 3 בעפאר, און עס איז געווען איינגעשריבן דריי יאר בעפאר, איצט האט מען נאר רויפגעזאגט משה חיים ווייס פון ,מנהל" שאפט.

ד. אין אפילו אויבער האט עס געמאכט פאלש דארפסטו עם רופן צו דין תורה נישט אריינשיקן אפיציעלע מסירות ומלשינות צום "רשם החברות".

בא_ללמד » 26/7/2006 01:02

יוסף90.

דו ווייסט זייער גוט אז מיר קענסטו נישט פארקויפן דיינע באבקעס, וואס דעם אלגעמיינער עולם - נישט קענענדיג דיין שפראך - קענסטו פארדרייען דעם קאפ.

"רישום כוזב במסמכי תאגיד" באדייט די אומגעזעצליכע אקציע פון אריינשרייבן פאלשע פאקטן אין אפיציעלע דאקומענטן, וואס - טראץ וואס דו ביזט מודה אז דא זענען פארגעקומען פעלשערייען וואס קענען ברענגען תפיסה פאר די באטרעפנדע אויב מיר וואלטן עס געמסר'ט - אין פאקט איז דא נישט געמאלדן געווארן פאר די באהערדע אז איר האט געפעלשט די אונטערשריפטן, וואס ווען מיר וואלטן עס געטון וואלטן מיר געווען באפרייט פון אלע צרות און עגמת נפש וואס איר מאכט אן פאר די מוסדות.

אזויפיל האט מען יא געטון, אז מען האט געמאלדן פאר די "רשם החברות" (וואס איז פונקט ווי די אראנזש קאונטי קלערק'ס רעקארדינג אפיס, וואו ר' יעקב כהנא האט אריינגעגעבן זיין דעקלעראציע עש"ק שמות תשס"א) אז די פאפירן וואס משה פרידמאן האט אריינגעגעבן אז ער האט ארויסגעווארפן ר' משה חיים פון די הנהלה, זענען פאלשע פאפירן ווייל עס איז פונקט ווי בא ללמד אדער יוסף90 געבן אריין אזעלכע פאפירן, מיר האבן ביידע אייניג שייכות צו די חברה ווי משה פרידמאן (אויף ענגליש וואלט מען עס געשריבן NULL AND VOID, און אויף העברעאיש שרייבט מען עס "דיווח כוזב").

דאס אריינגעבן אזא מעלדונג פאר די רשם החברות איז פונקט ווי גיין מעלדן פאר הצלחה גראסערי אז די טאמעיטאס האלטן זיך ביים פארשימלען... עס האט כמעט די זעלבע אפעקט, און האט אייניגער שייכות מיט מסירה אדער הליכה לערכאות. אקוראט ווי ר' יעקב כהנא האט אויפגעטון מיט זיין דעקלעראציע אין אראנזש קאונטי...

אבער ווען מען האנדלט מיט אידן וואס האבן מיט די תורה די זעלבע שייכות ווי א מעלדונג פאר די רשם החברות מיט מסירה... דאן טרעפט מען זיך זייער שנעל אין געריכט, און אין ערגסטן פאל וועט מען טרעפן עטליכע שלשה רועי בקר וועלכע באשטעטיגן למפרע מיט בלינדע אויגן אז די געלט פון אליעזר קעסטענבוים איז געווען עכטע געלט.

kj_village » 26/7/2006 01:22


בא ללמד

איך האלט אז די זאלסט פאר דעם יוסף מער נישט ענטפערן
די גיבסט אים נאר א געלעגענהייט, ער זאל קענענן איבער זאגן זיינע שטותים והבל איינמאל אין נאכאמאל
אין נאך דערצי וועט ער קיינמאל נישט פארענטפערן עפעס וואס מען וועט פרעגן נאר ער וועט ככלב ששב אל קיאו זיך נעמען רעדן אין רעדן טענו בחיטין והודי בזכר קדשו

עס איז נישט דא קיין איינער וואס טראכט אז די בריוו פאר רשם התחברות איז מסירה
ניטאמאל די וואס שרייבען אזוי האלטן אזוי!!!!!!!!!

יוסף90 » 26/7/2006 02:05

בא ללמד

קודם ביסטו זיך נישט מתייחס צו מיינע ווערטער אז די פארקויפסט שקר ווי איך האב געשריבן פריער ווי פאלגענד:
וועמען פארקויפסטו דיינע ליגענט'ס אאז משה חיים ווייס מיט דיין רבי'ס מסירה בריוו איז געשיקט געווארן נאך ווען מ'איז געגאנגען אין געריכט קעגן די עיריה.

משה חיים ווייס מיט די רבי דער געוועזענער קרית יואל'ער רב'ס מסירה בריוו איז געשריבן געווארן גענוי מיט א יאר צוריק כ"ח תמוז תשס"ה, און אין געריכט קעגן די עיריה איז מען הערשט אריין חודש אדר תשס"ו.


צווייטענס קיין שום פאלשע זאכן איז נישט פארגעקומען אין די קאפארעישן, אלעס איז פראטאקאלירט, אין קיינער האט נישט וואס צו מורא האבן, אין אי"ה וועט דאס יעדער קענען זעהן ביים אויסגאנג פון די קעיס, און פאקט אז עס איז דא דערווילל, א "עיקול" אין משה חיים ווייס קען נאר בויען וואס איז עם ערלויבט געווארן מיט די צושטימונג פון די קאפארעישאן, אבער מיט דעם אלעם די עבירה פון  "מסירה" ווערט נישט געמאסטן צו עס איז אמת די צו נישט.

דריטענס , דיינע שקרים וואס די פארקויפסט אז גיין זיך ווענדן צו די רעגירונג און מסר'ן א צוייטן אז ער גוט איין פאלשע באריכטן איז נישט קיין מסירה, קענסטו פארקויפן פאר ר' שלום נחמן פילאפף נישט פאר מיר.

"רישום כוזב במסמכי תאגיד" מיינט, אז איינער שגוט אריין פאלשע פאפירן אין פאפירן פונעם קאפארעישאן, דאס וואס משה חיים ווייס מיט דיין רבי דער געוועזענעער קר"י רב האט געטאן, און נישט נאר דאס, פאר צווי מאנאטן צוריק האט משה חיים ווידער אריינגעשיקט "מסירות" צום ציוניסטישן "יוסטיץ דעפארטמענט" ווי ער באשולדיגט די די אייגענטימער פון "חברת קרית יואל בע"מ" אז זיי זענען זיך משתלט אויף א קאפארעישאן פאלשערהייט, וועלכע איז א קרימינאלע פאברעכן.

אויסער דעם, איז נישטא קיין ספק אז א פארלאנג צו איינפריזן א קאפארעישאן איז "ערכאות" לכל הדעות, אפילו הגר"נ קארעליץ שרייבט אין א ברייו אז איינער גוט איין א פאלנע קעגענערשאפט אין שטאט ראט קעגן א "זאאונינג" פלאן פון א צווייטן איז דאס "ערכאות", ק"ו ווען עס רעדט זיך פון א "מסירה" צום יוסטיץ דעפארטמענט ווי עס דראט א צווייטן תפיסה.

די דעקלערעישאן פון ר' יעקב כהנא האט נישט צוגענומען די קרית יואל'ער רעכטן צו מקבר זיין נפטרים, די איינפריזונג פון די קאפארעישאן און ארץ ישראל האט צוגענומען די אלע רעכטן פון די אייגענטמער, ויחי ההבדל הגדול

מבני_בניו » 26/7/2006 05:50

יוסעלע לעבן, איך האב דיך געפרעגט פיר קשיות, זיי מוחל און ענטפער מיר א תירוץ.

1- אויב איז משה חיים ווייס פאריאר געגאנגען אין קאורט, וואו זענען געווען די אלע פראפעשענעל סיגעטער מוחים? פארוואס האבן זיי נישט מוחה געווען קעגן אים אז ער גייט אין קאורט?
2- וואו איז יעצט כאטשיק הגריח"מ פר"מ מיט די פורים סיין בד"ץ? פארוואס הערט מען נישט פון זיי קיין איין ווארט אז ממעג דא גיין אין קאורט, און מדארף באצאלן גראבע געלטער פאר אהרן אלי' שפיצער און עפעס א לינדער פון ירושלים?
3- אויב האט משה חיים ווייס פאריאר געמסרט די סיגעטער גנבים, וויאזוי קען זיין אז די פאליס האט נאך קיינעם פון זיי נישט געזוכט, אדער אז די קאורט זאל פאסקענען פאר זיי תפיסה?
4- די פערדע קשיא איז, אויב האט יוסל90 אזעלכע ביוטיפל תירוצים אויף היידפארק, און ער דרוקט עס נאך אפ אין א קונטרס וואס מגייט ארומשיקן פאר גאנץ סאטמאר אויף די פאסט, פארוואס האט ער נישט געקענט באצאלן פאר אהרן אלי' שפיצער און די שלשה רועי בקר אז מזאל אריינרוקן די נארישע ליגענטס אין די "היתר"? פארוואס מוזן זיי זיך צוברעכן די ציין און צורייסן די ליפן צו זאגן עפעס א לייטיש ווארט פארוואס די סיגעטער מעגן גיין אין קאורט?

די תירוץ איז:
די תורה האט די אייבערשטער געגעבן נאר פאר סאטמאר, אין סיגעט דארף מען נישט האלטן קיין איין ווארט פון די תורה אויב סקומט זיי נישט גוט אויס!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
סהייבט זיך נישט אן, סאטמאר איז בכלל נישט געגאנגען אין קאורט, די סיגעטער זענען געגאנגען אן קיין שום היתר פון קיינעם, אפילו פון זייערע אייגענע שווענצעלעך, אבער רז"ל פילאפף מיט הגריח"מ פריעדמאן האבן קיין שום פראבלעם דערמיט, ווייל לא דיברה תורה אלא כנגד סאטמאר!!!!!!!!
תוקן על ידי - כל_העולם - 27/07/2006 2:47:55

בא_ללמד » 27/7/2006 02:45

יוסף90.

איך פארשטיי אז איר האט געטון א געפערליכע שייגעץ שטיק און אז איר האט א פראבלעם דערמיט, אבער דאס אלעס איז נאכנישט קיין תירוץ צו טאנצן פון איין שקר צום צווייטן אבי נישט צו ענטפערן אויף די ברענענדיגע פראגעס.

בנוגע אויב עס איז געווען פאלשע זאכן אין די קאפערעישאן, אין דעם וועל איך יעצט נישט אריינגיין, איך האף נאר אז עס זאל נישט קומען אז א איד זאל דארפן זיצן, וואס דאן וועט זיך משה פרידמאן האבן אליין געשאסן אין די פיס דורך אריינשלעפן דעם סכסוך אין געריכט.

צווייטנ'ס, אפילו אויב ר' משה חיים ווייס וואלט יא אויפגעברענגט אין געריכט אז דא זענען געטון געווארן פאלשע זאכן, וואלט עס נאך אלץ נישט געווען קיין מסירה. דען ביים דאזיגן געריכט איז יעצט נישט געפירט געווארן קיין קרימינאלע משפטים, נאר א ציווילער סכסוך. א קרימינאלע קלאגע דארף באזונדער געברענגט ווערן פארן אנקלעגער, וועלכער באטראכט די קלאגע ביי א באזונדערן געריכט.

דער הארטער מציאות איז אז אפילו ווען מען זאגט אין געריכט אז יענער האט געטון קרימינאלע שריט ווערט יענער נישט אנגעקלאגט דערפאר, עס מוז זיין א קלעגער וואס זאל קלאגן קרימינאל. דאס איז דער איינפיר אין יעדן איינציגן יורידישן סיסטעם אויף דער וועלט (אויסער ביי די קאמוניסטן...).

דאס איז שוין אפילו לו יהא כדבריך (וואס יעצט קומסטו שוין מיט א נייע מעשה פון צוויי חדשים צוריק, אויף וואס דו ברענגסט ניטאמאל קיין באווייז) אז ר' משה חיים האט געזאגט פאר דעם "רשם החברות" אז עס זענען באגאנגען געווארן קרימינאלע שריט, וואלט נאך אלץ נישט געדראעט פאר קיינעם גארנישט ווי לאנג ער וואלט געגאנגען און אנגעקלאגט בידים די גנבים משה פרידמאן און רז"ל טייטלבוים.

וואס דו ברענגסט פון רבי ניסים איז לגמרי נישט רעלעוואנט, ווייל רבי ניסים ווייסט אויך וואס ער האט געשריבן, מיט דעם אלעם פסק'עט ער קלאר אז איר זענט הולכים לערכאות און מרימים יד בתורת משה.

עס איז מיר נאר א וואונדער וויאזוי דו וואגסט זיך צו ציטירן פון הגאון רבי ניסים, דאס וואס ער איז מתיר די בחירות, נו מילא, אבער ער איז דאך ארויסגעגאנגען אקעגן די זאליס, וואס דאס פאר זיך איז דאך אן איסור פון "יהרג ואל יעבור" ?!

יוסף90 » 27/7/2006 18:35

בא_ללמד

על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון
א "מסירה" מעסט זיך נישט צו מ'עפענט א אויזפארשונג צו נישט, צווייטענס די "מסירה" האט ער נאנגעגעבן אויסערן געריכט אויך אין "יוסטיץ דעפערטמענט" וואס נארמאלערהייט דארף עפענען א "קלאגע" אין א אויספארשונג קעגן וועם מ'טענה'עט די טענות הזיוף.

אויך פון ר' יוסל וואלדמאן'ס קלאגעס אין די פרעסע אדער אין "רעקארד" איז קיינער נישט געזעצן, אבער מיט דעם אלעם האט איר געשריגן אז עס איז מסירה.

לגבי דיין פראגע פונעם דאקומענט פאר צווי מאנאטן, ווי דיין קאלעגער דער לויער וואס פארטרעט דיין געוועזענעם קרית יואל'ער רב מיט משה חיים ווייס מסר'ן די "בעלי מניות" מיט הארבע מלשינות, קענסט עס זעהן אין דעם קונטרס "להסיר המסוה" פעידזש יז.

יוסף90 » 27/7/2006 18:37


איך דארף נישט ר' ניסים קארעליץ פאר א ראי' לצדקת מעשינו

די ווערטער פון ר' ניסים האב איך געברענגט נאר לשיטתכם ולדעתכם וועלכער איז געווארן אייער בר סמכא אין דעם סכסוך.

יוסף90 » 27/7/2006 20:44

עס איז שוין דורך א וואך און איך האב נאך נישט געזעהן קיין ארוני פארענטפערען מיט לאגיק דעם הארבען ר' אהרן.
1) אפגעלערענט א שטיקעל ויואל משה צוזאם געמישט כנסת מיט ערכאות
2) אפעלירט נאך געלט זיך צו פארטיידיגען אין געריכט וואס איז ביהרג ואל יעבור לשיטתו
3) אפגעלייקענט די היסטאריע אז סאטמאר און אלע היימישע קרייזען זענען געגאנגען אין ערכאות, בהיתר און שלא בהיתר ב"ד (ווען מ'האט געמעגט) אומצאליגע מאל זינט די התייסדות פון די מדינה.
4) ארויפגעשמירט די סטעיטמענטס פון זיין עורך דין אויף אונזער עורך דין.

איז טאקע נישט דא קיין ארוני וואס קען פרובירען אפילו לפנים צו פארענטפערען זיינע שטותים והבלים?

בא_ללמד » 28/7/2006 06:51

יוסף90. על ראשון ראשון. 1) מסירה איז נישט אסור נאר אויב עס געלונגט און מען זעצט יענעם איין דערפאר, א נישט געלונגענע מסירה איז פונקט אזוי מסירה. ווען איך גיי זאגן פאר א גוי אויף די גאס אז שמעון האט מיר באגנבעט הייסט עס לויט קיינעם נישט קיין מסירה, אפילו אויב יענער ארבעט פערצופאל אין טראנספארטעישאן דעפארטמענט פון די רעגירונג. זאגן פאר די רשם החברות איז פונקט ווי זאגן פאר א קאמישאנער אוו דיעד, זיי האבן ביידע אייניגע האר אויפן קאפ. יוסל וואלדמאן האט אויסער דאס טון די ערגסטע שאדן וואס א איד האט געקענט טון פארן אידישן פאלק (אויסער יוזל און הערצל ימ"ש) דורך זיי באשמוצן פאר מיליאנען גויים פון אונטער א ספרים שאנק, האט ער אויך בפועל איינגעגעבן פאר די באטרעפנדע רעגירונג'ס אינסטאנצן די אלע מסירות זיינע. 2) דא האט מען קיינעם נישט געמסר'ט, אויב וואלט מען ווען יא געמסר'ט, וואלט איר שוין איבערגעקערט די גאנצע וועלט, מהודו ועד כוש, היתכן מען האט געמסר'ט, דערצו ווען מען קען נאך אריינדרייען דערין דעם נאמען פון כ"ק רבינו שליט"א. די איבריגע וועט קומען מארגן אי"ה. תוקן על ידי - בא_ללמד - 28/07/2006 7:10:39

יוסף90 » 28/7/2006 16:34

בא_ללמד

איך האלט פונקט ווי דיר א מסירה מעסט זיך נישט צו עס איז מצליח צו נישט

אריינגעבן א מסירה צו אן אפיציעלע אינסטאנץ פון "יוסטיץ דעפארטמענט" איז מסירה ממש.

לכל הדעות.

מקוה_איד » 28/7/2006 19:49

לאמיר עס מאכן קלאר,

דא אין אמעריקע ארבעט עס אזוי: (אין ארץ ישראל ווייסעך נישט אבער איך גלייב אז עס איז קיין סך אנדערש)

עס איז דא פארשידענע דרגות אינעם דשודישיערי ברענטש, פונעם אמעריקאנעם גאווערמענט.

קודם איז דא די "קרינמינאלע" אפטיילונג, דאס זענען די לאקאלע קאונטי "דיסטריקט עטורני'ס" און די פעדעראלע "עטורני דשענערעל", וואס ווערט אויסגעהאלטן אין געפירט דורך די רעגירונג, זיי באשטייען פון א שטאב מיט געניטע לויערס, וואס רופן זיך "פראסעקיוטערס", זייער דשאב איז צו קלאגן קרימינאלע פארברעכער, אויפזוכן באווייזן קעגן די אנגעקלאגטע, זיי ברענגן צו משפט פאר א ריכטער און א דשורי, און פרובירן צו איבערצייגן די דשוריס אז דער פארברעכער איז "גילטי". (ווי למשל נעבעך, ר' נפתלי שלעזינגער, ר' אביגדור יאקאבאוויטש, וכדומה, השי"ת ישלח להם ישועה במהרה). געווענליך הייבט זיך עס אן מיט די לאו ענפארסמענט עלעמענטן, וואס זענען די לאקאלע פאליציי, עף.בי.איי., וכדומה, וואס זיי באקומען די טיפס, זוכן און לויפן נאך די פארברעכער, נאכער געבן זיי עס איבער צום דיסטריקט עטורני, צו שטעלן צו משפט.

יעצט, ווען א איד געבט איבער פאר די פאליציי אדער די דיסטריקט עטורני, אז א צווייטער איד האט פאלעצט א געזעץ, וואס ברענגט א קרימינאלער משפט, ווי למשל אז מ'האט געגנב'עט א קרוין, אדער אז מ'האט געוואוט פאלש, דאס איז מסירה כדת וכדין, וואס אויף דעם איז געזאגט געווארן די אלע חומר הדברים וואס שטייט איבער מסירה.

נאך דעם איז דא אן ענין פון א "סיוויל קעיס", דאס איז אן ענין פון דיני ממנות, דאס מיינט ווען ראובן אין שמעון האבן א סיכסוך, גייען זיי צו א דשאדש (צו בהיתר בי"ד צו נישט) אז דער געריכט זאל אנטשיידן דעם סיכסוך. דאס קען נאר צושטאנד קומען ווען איינע פון די צדדים פארלאנגען עס פון געריכט, קיין שום רעגירונג אנשטאלט קען נישט ארויפצווינגען אויף קיינעם צו קלאגן א צווייטן דיני ממנות, און עס קען אין איין רגע בטל ווערן, אויב די צדדים ציען זיך ארויס דערפון. עס איז קיין שום פארברעך אין אמעריקע צו האבן א סיכסוך. 99.99999% פון יעדע סיוויל קעיס, טענה'ט איין צד אויפן אנדערן אז יענער איז א גנב, א שווינדלער, וכדומה, למשל אז מ'האט געפעלשט א דיד, אדער אז מ'האט געפעלשט א חתימה פון א רבי. יעצט, כאטשיג גנב'ענען אין שווינדלען קען זיין א קרימינאלע פארברעך אין אמעריקע, וואס מ'קען זיצן אין תפיסה, פארשטייט אבער יעדער בר שכל אז ווי לאנג עס איז אין די ראמען פון די "סיוויל קאורט" גייט עס קיינמאל נישט אנקומען צו קיין "קרימינעל קעיס", ווייל אויב יא וואלט מען געדארפט ארעסטירן יעדע פארלירער פון א "סיוויל קעיס", וועל יענער איז דאך א ליגענער אין א גנב.

יעצט, ווען א איד ברענגט א "סיוויל קעיס" צום געריכט, למשל צוויי אידן קריגן זיך ווער עס איז בעה"ב אויף קהל יטב לב, אויב מען טוט עס שלא כדין, דהיינו, מ'האט נישט געטאן קיין השתדלות זיך מתדיין צו זיין ביי א בי"ד כשר, דעמאלטס איז מען עובר אויף "ערכאות", דאס איז אויך זייער הארב, אבער דאס הייסט נישט "מסירה", קען זיין אז "ערכאות" איז הארבער ווי "מסירה", אבער עכ"פ עס איז צוויי באזונדערע ענינים. די גרעסטע ראי' אז עס איז צוויי באזונדער ענינים, איז ווייל אז מען קוקט אריין אין שו"ע און דער רמב"ם, זעהט מען אז זיי האבן געווידמעט באזונדערע, פרקים/סמנים, פאר די צוויי ענינים, אינעם רמב"ם איז עס אין א באזונדערע חלק. את"ל אז עס איז די זעלבע זאך, הא תו למה לי? עס זענען דא ליידער אסאך אומוויסענדע בימינו, וואס מאכן דעם אמעראצישן טעות, און זיי מאכן א גזירה שוה "קאורט קאורט", דהיינו ווען אימער איינער גייט אין "קאורט", מיינט עס אטאמאטיש "מסירה". אפי' אלעס איז אין די ראמען פון א סיוועלער געריכט, קען מען שרייבן אין צייטונגען און פלאקאטן מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות "מסור".

נאכדעם איז דא נאך א דרגא, וואס האט קיין שום שייכות מיט א קאורט אדער א דשאדש, דאס איז די "טייטל רעדשעסטרי", דאס א פלאץ אין יעדע קאנטי, (אין ברוקלין איז אין א בנין אויף דשעראלעמען סט. - לעבן בארא האלל) ווי עס איז רעקארדירט די טייטל (בעלות) פון יעדע פראפערטי אינעם קאונטי, ווען אימער איינער קויפט א פראפערטי, אדער נעמט איבער דאס בעלות איבער א פראפערטי, ווערט עס רעקארדירט אין רעגיסטרירט אין דעם אפיס. דער אפיס האט פונקט אזא כח ווי די סעניטעישן דיפארטמענט, גארנישט מער.

יעצט, ווען ראובן געבט אריין א דעקלעראציע פאר דעם אפיס אז ער איז בעה"ב אויף א געוויסן שטח, דערנאך קומט שמעון און זאגט פאר זיי אדוני, דער ראובן איז א פאלנער ליגענער און שווינדלער און איך בין בעה"ב, דעריבער ווילאנג מיר גלייכן זיך נישט אויס, אדער צווישן אונז, אדער ביי א בי"ד, אדער אין קארט, זאל נישט אקצעפטירט ווערן קיין שום פרישע דעקלעריציעס. נישט נאר וואס עס האט נישט קיין שום ענין פון אן אבק פון ערכאות, ווייל מ'גייט זיך נישט מתדיין זיין ביי קיינעם, איז זיכער א טיפשות צו זאגן אז עס האט דאס מינדעסטע שייכות מיט מסירה.

בלאט: 1 2