איך הער אז סאטמאר באט צוגעמאכט די קעיס אין ארענדזש קאוינטי,
מער פרטים ביטע.
הלואי מיר זאלן אריינלייגן אונזער פולע ענרגיע אין בויען בויען
יעדע איבעריגע פרוטה זאל גיין פאר הרחבת גבולי הקדושה
...And if we'll be robbed of the new buildings we'll buy some more new buildings
תוקן על ידי - hungarian - 19/07/2006 23:08:02
הונגאריען, ווי גוט דו האסט געזאגט. זאלן זיי אונז בארויבן אין קרית יואל, בארא פארק, בני ברק, מאנטריאל און לאנדאן, און מיר וועלן בויען נייע בילדינגס.
בן_אהרן, הלואי מאכן דיינע ווערטער סענס, אבער ליידער איז דער מצב אזוי אז מיר האבן צו טאן מיט פאלנע רויבער און גזלנים, וואס האלטן זיך נישט ביים אפשטעלן.
אלזא מיר קענען זיך אויך נישט אפשטעלן.
ווי עס זעט אויס
שלאגט די פסק פון די אפעלאט געריכט דאהי ווייטע ווארצלען
אויך אין ציוניסטישן אפעלאט איז ארויס א פסק אז דער הויכער געריכט
קען זיך נישט אקעגן שטעלן די מיינונג פון א רב
עס רעדט זיך פון א שטעטל אין ארץ ישראל וואס דער רב לאזט נישט
די ליבאוויטשער איבערבויען די מקוה דארט אין שטעטל לויט די שיטת חב"ד
זאגט דער אפעלאט ריכטער אז ער קען זיך נישט אריינמישן אין די פסק פון ארטיגן רב
גוטזאגער ברענג עס בעסער ארויס, מהאט צוגעמאכט ביידע קעיסעס סיי ביי אוען און סיי ביי שעק, יעצט איז נאר דא די קעיס פון יו טי עי קעגן בערל פרידמאן
בן_אהרן. אין ארץ ישראל איז נישטא קיין סעפערעישאן צווישן רעגירונג און רעליגיע.