היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » וועם האט ר' מענדל אמאל געטשעפעט?

וועם האט ר' מענדל אמאל געטשעפעט?

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1988849

קושקע » 18/7/2006 20:23

איינער האט אן השגה וואס ר' זלמן לייב מיט זיינע חסידים זענען אזוי ברוגז אויף זיין נעפיו ר' מענדל.

ס"ה איז ער אן אייניקל פון רבי'ן ז"ל, זיינע קינדער זענען דאפעלטע אייניקלעך (מצד מרת חי' ע"ה), ער אז אן איש מורם מעם, א ריכטיגער הולך בדרכי אבותיו לבית סיגוט, א תופס ישיבה, איך געדענק ווי ער פלעגט שוין האלטן שבת שובה דרשות ווען ער איז געווען א 19 יעריגער אינגערמאן, מיט א מוראדיגע קלארקייט, ממש להפליא, א ציגעלאזטער באליבטער מענטש, באמת א מושלם, אפי' אין די גאנצע מחלוקה האט ער געשפילט א LOW KEY, ער איז זיך ביזי מיט זיין ישיבה און זיינע קינדער, און מ'האט קיינמאל נישט געהערט עפעס א מוק פון איהם.

וואס ווילן זיי פון זיין לעבן האבן?

hungarian » 18/7/2006 20:36

?And what do they want from his father And what did they want from his grandfather

בן_אהרן » 18/7/2006 21:23

פרעג בעסער

וועם האט משה רבינו עליו השלום דער רעיא מהימנא פון כלל ישראל

אמאל געטשעפעט

אז ער האט אויף זיך געהאט אזויפיל מחלוקת

דאס איז דער גורל פון די רועי ישראל הנאמנים

סעדער » 18/7/2006 22:07

דיין קשיא איז ממש מרפסין עיגרא! עס האט מיך דערמאנט וואס די עדות געבן איבער אז רבינו הקדוש הכ"מ זיעועכי"א האט עטליכע מאל געפרעגט "וואס ווילן זיי פון רבי אהרן?"

סעדער » 18/7/2006 22:09

חז"ל לערנען אונז איבער די גרויסע שנעה פונעם עם הארץ צום תלמוד חכם, אז ער איז גרייט צו צורייסן ווי א פיש!

kj_village » 18/7/2006 23:36


גראדע פארשטיי איך יא פארוואס זיי האבן אים אזוי פיינט

ער האט געהאלפן איבערשרייבען די הויז אויף איהול קארט

mechel19 » 19/7/2006 17:15

גראדע פארשטיי איך אויך וואס זיי ווילן פון עם,
און אויב וועט איר כאפן א שפאציר ביי שלש סעודות פון ראדני קיין האפפער וועט איר אויך פארשטיין וואס זיי ווילן פון עם,
די קנאה פלאקערט ביי זיי ווען אין ראדני זיצן ביים טיש ביי שלש סעודות אפשר 100 מענטשן בשעת אין האפפער פירט רבי מענדל שלש סעודות און ביים טיש זיצן אריבער 500 מענטשן, ועל זה חרי האף הזה,