היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שידוך ביי בנו הגדול פון כ"ק אדמור מסאטמאר שליט"א

שידוך ביי בנו הגדול פון כ"ק אדמור מסאטמאר שליט"א

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1987952

עכטע_נייעס » 17/7/2006 21:45



עס ווערט א חתן הבחור חיים צבי בן הרב ר' מנחם מענדל טייטלבוים אב"ד אנטווערפן מחשובי תלמודי מהרי"ט בני ברק מיט די טאכטער פון כ"ק אדמו"ר ממאשלוי פון פלעטבוש וואס איז אן איידעם ביי קאלובער רבי און וויליאמסבורג.
מזל טוב




תוקן על ידי - עכטע_נייעס - 17/07/2006 22:09:15

סעדער » 17/7/2006 21:54

מזל טוב! נא זאג שוין! א סוד פאר בראד?

אלעסאמת » 17/7/2006 21:59


[בילד – נישט אפגעהיט]

מזל טוב תוקן על ידי - אלעסאמת - 17/07/2006 22:18:03

בערל550 » 17/7/2006 22:01

מזל טוב!    מזל טוב!

פאר הגה"צ אב"ד סאטמאר שליט"א

און פאר אב"ד סאטמאר ב"פ שליט"א

ובראשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

געשמאק » 17/7/2006 22:10

דער עולם איז אין עקסטאז פון די שמחת קישור החיתון בבית כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א.

די שמחת קישור החיתון וועט פארקומען היינט נאכט צען אזייגער אין סאטמארער בית המדרש אויף 13 הופער.

מזל טוב! מזל טוב!

עכטע_נייעס » 17/7/2006 22:12

היינט נאכט 9:30 וועט פארקומען די מסיבה לחיים און ביהמ"ד המפואר אויף האפער סט. בהשתפות כ"ק אדמור מסאטמאר שליט"א און די זיידעס פון די כלה

שפיטצער06 » 17/7/2006 23:04

מזל טוב ווען ווער איז געווען שדכן? ווען וועט זיין די תנאים?

in_time » 17/7/2006 23:51

מזל טוב ! מזל טוב!

ער גייט אפשר ווערן סאטמאר'ער רב אין פלעטבוש ?

נאר_פריילך » 18/7/2006 00:48

וואוינט ער און פלעטבויש אדער בארא פארק?

Mench » 18/7/2006 00:51

לויט ווי איך געדענק, וואוינט ער אין בארא פארק

זיין טאטע האט געוואוינט לאנגע יארן אין פלעטבוש (ומלפנים אין די בראנקס, אין די געגנט פון די אמאליגע אידישע געדעכטע מאשאלע פארקוועי גאס), אבער בסוף ימיו האט ער זיך באזעצט אין בארא פארק, און דער היינטיגער רבי האט איבערגענומען זיין ב"פ ביהמ"ד.

ער איז א ברודער מיטן קאלבאסובער רבי'ן פון וויליאמסבורג, הרה"צ המפורסם ר' דוד ראזענבוים שליט"א

עכטע_נייעס » 20/7/2006 01:29