כאטש איך האב שוין איינגעשריבן מיינע קינדער אין די מוסדות תורה ויראה ד'סאטמאר וומ"ס, דאך האב איך נאך א קליינע פראבלעם מיט איר נאמען.*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
קודם אביסעל היסטאריע:
ס'איז נישט קיין סוד אז דער ברך משה הכ"מ איז געווען א אמת'ער אוהב שלום, און ווען געוויסע עלעמענטן האבן געוואלט נוצן דעם דברי יואל'ס זי"ע אלמנה אלס א שטעקן אים צי רודפ'ן איז ער, לפנים משורת הדין, איינגעגיינגן אויף אלס און אלעמען אבי צופרידנצושטעלן איר אפעטיט.
איינע פון די אויפגעבלאזענע "סקאנדאלן" אין די פריע מ'ם יארן קעגן דעם ברך משה ז"ל איז געווען איר פארלאנג צו צוטשעפן א נאמען צו די מוסדות: ד'רבינו יואל! דהיינו, אין צוגאב צו די נאמען וואס דער דברי יואל האט געגעבן: תורה ויראה, איז צוגעקומען די רעביצנ'ס נאמען: ד'רבינו יואל.
ווי קאמיש ס'האט נאר נישט געקלינגן, האט זי זיך גע'אייסערט און געבריקעט און געסטראשעט און פארלאנגט אז דאס מיז צושטאנד קומען. מ'האט געניצט אלע טענות דערפאר: טשעפענען אַן אלמנה, מ'וויל פארגעסן פונעם רבי'ן ז"ל אא"וו.
פארשטייט זיך ביז כ"ו אב תשל"ט האט אזא נאמען נישט עקסזיסטירט. און דער ברך משה האט גע'טענה'ט אז די פארלאנג האט נישט קיין פשט, "ס'שמעקט עפעס ווי ישיבת רבינו יצחק אלחנן," האט די רבי ז"ל גע'טענה'ט, צולייגענדיג, "אז מ'קוקט גיט זעהט מען אז פון זיי אלע איז נעבעך גארנישט געבליבן."
נאך מער פורים'דיג האט ציגעשפילט איר שארפע פארלאנג אז די נייע ת"ת בנין אויף בעדעפארד עוו. זאל נישט טראגן דעם נאמען "ת"ת ויואל משה"! מה נפשך, האבן מענטשען געפרעגט, ווילסטו פאראייביגן דיין הייליגע מאנ'ס נאמען, נו וואס איז שענער ווי א ת"ת פאר די צאן קדשים וואס טראגט די נאמן פון זיין הייליג ספר?
דער אמת האט יעדער געוויסט, אז וויבאלד עס האט אין זיך אויך דעם נאמען "משה", קען זיך דאך אפשר טועה זיין אז דאס האט עפעס מיטן ברך משה, דערפאר האט זי אזוי פארפירט דערוועגן. (ס'איז באקאנט דעם טעיפ ווי מ'הערט א שמועס פון דעם ברך משה'ס ר' זלמן לייב ווי ער קאכט דארט אויף די אלמנה). ווען ס'ווענדט זיך אין איר אפשר וואלט זי געטוישט דעם נאמן פונעם ספר אויך...
עכ"פ, מיט דעם אלעם איז דער ברך משה אייגעגיינגן אויף דעם פורים'דיגע פארלאנג, און ויקרא שמו בישראל: תורה ויראה ד'רבינו יואל ד'סאטמאר!
מיין טענה צו די נייע הנהלה איז:
ממילא דאנמאלס אין יענע יארן האט דער ברך משה ז"ל נישט געוואלט וויי טוהן אן אלמנה וואס האט גע'טענה'ט אז זי איז צובראכן, אבער היינטצוטאגס וואס דאס איז שוין נישט שייך, און מיר ווייסן וואס דער ברך משה האט געהאלטן איבער דעם, פארוואס מיזן מיר זיך ריפן מיט אזא מאדערענע נאמן (כפי שיטת הברך משה) דער נאמען תורה ויראה האט דער דברי יואל ז"ל געגעבן און דאס האט ער געהאלטן אלס פאסיג, און נישט דרבינו החת"ס, כאטש דעם וואס ער האט געהאלטן דעם חת"ס פאר זיין רבי'ן, און כאטש דעם וואס ער האט זיך געהאלטן אלס דעם חת"ס ממשיך דרכו.
זענען מיר משועבד צו איינעם?
וואס זאגט איר דערצי?