ווען וועט זיין די לוי'?
ברוך דיין האמת, רבי נתן יוסף מייזעלס ז"ל
ער האט איבערגעלאזט גדולי הרבנים משארמאשאגשאגשאג ומיהאלדי ועוד
איטליכע פון זיינע קינדער זיינען
אדמו"ר מ'שארמאשאג
אדמו"ר מ'מיהאלדי
אדמו"ר מ'ריטשוואל
געווען א זייער פיינער מענטש, א לב טוב, נעבעך געווען די לעצטע יארן זייער דערביטערט, זייט זיין דורעכפאל אין לאנדאן,
פון ווי ער נעבעך געפלויגן, נאכדעם ווי ער האט נישט געהאט קיין הצלחה, און ער איז צוריק געקומען קיין ניו יארק, ווי
ער האט זיך באזעצט אין מאנסי, און דארט אויך נישט געהאט צופיל הצלחה, זיין ישיבה'לע איז נעבעך געגאנגען מטה מטה, ער האט יעדן באשולדיגט, געבלאזן אויף יעדן, כסדר קאמפלעינט, ער האט זיך צוזאם געשטעלט מיט די דערביטערטע בני יואל, און דערנאך מיט די צושאסענע זאלונים, האפענענדיג ערגעץ אנקומען, נוסח ר' אברהם לייטנער, וואס ווארט אויך אויף די מינוט ווען ער וועט שוין קענען ווערן א רשכבה"ג, און ליידער שקעה חמה שלא בעונתה, און די חלומות האבן זיך קיינמאל נישט פארוויקלעכט, כאטש ער איז געווען א זייער טאלאנטפולער מענטש, און גאנץ א שיינער תלמיד חכם,
יהי זכרו ברוך, ותהא נשמתו צרורה בצרור החיים,
אפילו על פי הלכה איז א גרעסערער חטא צו רעדן בגנות א תלמיד חכם וואס לעבט
סיי מיין טאטע שיחי' און סיי מיין שווער שיחי' זענען נתגדל געווארן תחת חסותו
ער איז געווען אמאליגע יארן די ראש המדברים בכל מקום
ממילא איז נישט שווער צו פארשטיין זיין פארביטערקייט ווען דאס האט זיך אפגעשטעלט
אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו
יהא זכרו ברוך
א קליין ביסעלע שכל ביטע
לאז די נפטרים רוען, נעם דיך איבער די לעבעדיגע
נעבעך געווען זייער צושאסן, און דערביטערט, דאס איז די סיבה פארוואס ער האט זיך צו געשטעלט צו זיי, אזוי איז ער געווען זייער א פיינער מענטש, ער האט נישט געוואלט קיינעם וויי טון, ער האט קיינעם נישט בארעדט, כאטש ער האט געהאט
א שווער הארץ אויפן רבין זי"ע (בעל ב"מ), וואס האט עם פארשיקט קיין לאנדאן און גענומען זיין זוהן (רבינו שליט"א)
צו פירן די ישיבה, וואס איז געווען זיין בעבי, עכ"ז האט ער זיך אויפגעפירט ווי א דזשענטלמאן, אפילו כלפי רבינו שליט"א, ער האט אפילו אנגערופן רבינו שליט"א זיך צו פארענטפערן ביי איינע פון די פרשיות, אז ער האט עם חלילה נישט געוואלט וויי טוהן, נאר דער פאקט אז ער איז געווען דערביטערט און ארומגענומען מיט שונאי סאטמאר, האט עם נישט געהאלפן,
און זיין דערביטערט, איז נישט קיין עבירה, איך פערזענדליך בין זייער נאנט געווען מיט עם דא אין מאנסי, און אפילו
דארט געדאווענט איין תפלה יעדן שבת, ער האט באשיינט מיינע שמחות, און איך האב עם דא לגמרי נישט בארעדט,
האט שוין איינער געבוקט די שטענדער?
ער האט געזאגט אמאל פאר כ"ק מרן רבינו בעל ברך משה זצ"ל תיכף נאכן איבער נעמען די שרביט הנהגה ווען רבינו זצ"ל האט אים עפעס באפוילען וועגן די שיבה און ער האט נישט געוואלט עס טאן, אז רבינו בעל דברי יואל האט אים איבער געבען די שליסלעך...
האט אים די ברך משה געזאגט נא איך וועל לייגן נייע שלעסער...
דער אמת מיט ר' נתן יוסף ז"ל איז אזוי
ער איז געווען א גרויסער תלמיד חכם, ווער ס'האט אים געקענט, ער האט געלערנט טיף און גרונטליך
ער איז געווען דער יד ימינו פון רבי'ן זי"ע, דאס איז זיכער
ער איז אויך געווען א קלוגער מענטש, און לכאורה נישט קיין מצומצם (ווי לייטנער, ריח"מ פריעדמאן ודומיהם און אנדערע בני יואל), ווי די וועלט זאגט אז ברא כרעא דאבוה, פון די קינדער קען מען זען די עלטערן. זיינע קינדער זענען קיין איינע נישט קיין מצומצמים, און איך רעד שוין נישט פון עמרם, נאר אפילו משה יודא (ער איז שוין געווען פארהערן אין היכל אדער קרן התורה. די היינטיגע פאליטיק אינטערעסירט זיי ווי אין די לינקע פאה).
די ראי' גדולה איז, ביים סקול דיסטריקט איז נתן יוסף געווען פון די איינציגסטע "תלמידי רבינו" וועלכע האבן זיך אויסגעלאכט פון די גאנצע פרשה.
נאר וואס דען, ער איז אין די לעצטע מער ווי 15 יאר געווען זייער אראפגעקלאפט, כמובן, און ווען איין פארטיי האט אים געאפערט כבוד און אטענשאן האט ער עס געכאפט מיט ביידע הענט, אבער נישט ווייל ער איז געווען עפעס איבעריגס פארגאפט פון יענע זייט
ער איז געווען דער ראש ישיבה פון אונזערע עלטערן, אבער סאם האו, פרעגט אייך נאך ביי סיי וועם פון די 40 יעריגע אדער 50 יעריגע אידן, עקזיסטירט נישט ביי זיי קיין גרויס הערצה צו אים, און אסאך האבן אים אפילו פיינט.
דאס זעלבע איז געזאגט געווארן כלפי די לאנדאנער קהלה (ווי ער האט אריין געטרעטען מיטן לינקען פיס טאקע מהאי טעמא, ווייל די יוצאי תלמידי הישיבה זענען געווען להשמיד אויף אים).
אין מספרים אחר מטתו של ת"ח, איך וועל דא נישט אויסשמועסן די סיבה וואס איז סיי ווי ידוע לכל, אבער די זעלבע סיבה האט אים נעבעך צוגרונד געלייגט, און גורם געווען אז דער אמאליגער צווייט מאכפולסטער מענטש אין סאטמאר האט זיך געטראפן מיט א בית מדרש'ל אין מאנסי, ווען קיינער קוקט נישט אויף זיין זייט
עס איז געווען א רחמנות אויף אים אין די לעצטע יארן, אן קיין צווייפל
טאנצווע.
קיינער מיינט אים נישט צו בארעדן
נאר כך דרכה של עולם, ווען א פובליק פיגור גייט אוועק, שאצט מען אים אפ
מען פרובירט דא סתם אויסצושמועסן וואס ער איז יא און נישט געווען
ווער גייט זיין זיין ממלא מקום?
גייט דארט אויך זיין צוויי?
און ווען גייען זיך אנהייבן די דין תורות?
אדער איז דאס גאר א גרויסע קהילה וואס וועט גיין אין קארט כנהוג בקהילות הגדולות?
רבי נתן יוסף האט זיך אויפגעוועקט און דערשראקענערהייט זיך געטראפן ביזן האלז אין וואסער. ער האט אנגעפאנגען צו שרייען שמע ישראל.
איינער פון זיינע זין איז געווען אין קאר, האט ער געזאגט פאר'ן טאטן זאג נישט שמע ישראל, פרוביר זיך צו ראטעווען. מיט גרויס שוועריגקייטן האט דער דרייווער און דער זון ארויפגעשלעפט רבי נתן יוספ'ן אויפ'ן דאך פון קאר.
דער קאר האט אבער ווייטער געזונקען, און דערצו זענען זיי געווען פארפרוירן פאר קעלט פון די קאלטע וואסער. זיי וואלטן געענדיגט דארט זייערע לעבנס, אבער מיט ניסים האט א טרעילער דרייווער זיי באמערקט און ער האט גערופן הילף און זיי זענען געראטעוועט געווארן.
דאס זענען די פרטים וואס כ'געדענק פון די מעשה. ווער ס'געדענקט די פונקטליכע מעשה זאל פארציילן.