היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בלאט פראנט פעידש בילד פון נייע ביהמ"ד

בלאט פראנט פעידש בילד פון נייע ביהמ"ד

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1983875

עכטע_נייעס » 13/7/2006 17:13

אויף די פראנט פעידש פון דער בלאט איז דא א בילד ווי אזוי די ריזיגע נייע הערליכע ביהמ"ד און וומס"ב גייט אי"ה אויסזעהן

די נייע ביהמ"ד וועט אי"ה זיין אויף ווייט

רעדנדיג » 14/7/2006 07:12

איך הער אז זיי האבן א פלאן אז אויף א' סליחות און ראש השנה און שמחת תורה זאל דער רבי שליט"א
זיין און וומ"ס און מען גייט עס פראוועזאריש ציגרייטן עס זאל זיין דעמאלטס צום באניץ

געשמאק » 14/7/2006 07:21

לויט ווי איך פארשטיי קען מען עס נאכנישט צוגרייטן אזוי שנעל ווי אויף די ימים נוראים.

די ימים נוראים און אויך שמחת תורה וועט מען פראווענען אין אן אנדערן בנין.

רעדנדיג » 14/7/2006 07:39

אויף א פראוועזארישן אויפן אויכט נישט?

געשמאק » 14/7/2006 07:41

אזוי האב איך געהערט פון איינעם פון די ראה"ק.

פאטאקי08 » 14/7/2006 22:45

עכטע

זיי מסביר
קען מען דאווענען ימים נוראים אין א טענט?

ווי דען ראדני?
סאיז צו קליין

ראסס סטריט?
נאך נישט פארטיג

הופפער?
צו קליין

ווי יא?

מקוה_איד » 14/7/2006 22:54

א פריפיזארישן 1 שטאקיגע, שטארקע בנין, אויף א ליידיגע שטח, א באקס, סיז דא קאמפאני'ס וואס מאכן דאס, עס איז זייער לייטיש.

דאס גייט אי"ה זיין אויף די הייליגע טעג, אזוי שמועסט מען.

געשמאק » 14/7/2006 22:57

איך שטעל מיך פאר אז אויב עס וועט זיך אויסארבעטן וועט מען עס נאכמאכן ביי די חתונה אין קרית יואל און אויפבויען אזא פראוויזארישן בנין דארט.

מקוה_איד » 14/7/2006 23:22

ניין, דאס גייט מען נישט מאכן פאר איין חתונה נאכט, עס איז נישט קיין טענט, עס איז א מער פערמאנאנטע בנין פאר א יאר צוויי. ווילאנג די ביהמ"ד אויף ווייט ווערט פארטיג.

העכסטנס קען מען די חתונה מאכן אינעם זעלבן בנין אין וומ"ס.

עכטע_נייעס » 14/7/2006 23:26

מקוה

יעצט אויף די מניט איז די פלאן פאר די חתנה אזא בנין ס'קען זיך נאך 100 מאל טוישן

הבדלה_מנין » 26/7/2006 20:39

לא דובים ולא יער!
עס איז נישט דא קיין אקטועלע פלענער פאר א נייער גרויסער שוהל פאר די חסידים פון ר' אהרן אין ווילימסבורג.

דער בלאט האט געהאט א שווערע דיעלעמע וואס צו שרייבן אויפן פראנט פעידזש נאך דעם גרויסן געווינס אויף ביידע אפיעלס פאר פאר די חסידים פון ר' זלמן לייב,  זענען זיי געבליבן מיט איין עצה Distraction.
מיט וואס קען מען פארדרייען דעם קאפ פארן עולם?
מען גייט בויען א נייע גרויסע שוהל, אבער עס איז דאך נישט דא קיין פלענער פאר א נייעם גרויסן שוהל, וואס טוט מען?

מען רופט א גרעפיק דעזיינער מען גיט עם א פאר בילדער פון מאדעלס פון בנינים וואס מען האט געטראפן אויף אן ארקיטעקטס וועבסייט אויף דעם אינטערנעט און ער שטעלט צוזאם א שיינעם מאדעל פון א בנין, מען שטעלט עס ארויף אויפן דעקל פונעם בלאט!

דא האט איר דעם גאנצן פאזעל, די אריגינעלס און איינס מיט די צייכנונגס פון ווי מען האט געשטיקלט.


[בילד – נישט אפגעהיט]

הבדלה_מנין » 26/7/2006 20:40

2
[בילד – נישט אפגעהיט]

הבדלה_מנין » 26/7/2006 20:41

3
[בילד – נישט אפגעהיט]

הבדלה_מנין » 26/7/2006 20:42

4
[בילד – נישט אפגעהיט]

הבדלה_מנין » 26/7/2006 20:43

5
[בילד – נישט אפגעהיט]

חיים_נחום » 26/7/2006 20:51

איינער פארשטייט וואס דער 'חסר דעה' וויל דא?

מבני_בניו » 26/7/2006 21:14

די "הבדלה" פון די צוויי בילדער גייט זיין די ריעליטי...
איין בילדינג גייט בלייבן ביעמ'ס מיט א שיינע פיקטשער, די אנדערע וועט זיין א שטאלץ פאר סאטמאר!

אנאלעזירן » 26/7/2006 22:50

אם אין דעת הבדלה מנין אם תמצא לומר עס איז "נישט" געווען א פיקטשער פון א בילדינג וואס שטייט שוין, קען מען זאגן אז עס איז געווען א בילד פון א בילדינג וואס גייט שטיין און גייט אזוי אויסזעהן אם תמצא לומר אז עס איז א "נישט" א בילד פון א בילד וואס גייט שטיין און גייט אזוי אויסזעהן, קען מען זאגן אז עס איז א בילד פון א בילדינג וואס ענדעלט צו די בילדינג וואס מען גייט בויען אם תמצא לומר אז עס "נישט" די בילד ניטאמאל וואס ענדעלט צו די בילדינג וואס מען גייט בויען וועט מען מוזן זאגן אז - לא פחות ולא יותר - אז: שמואל שפיצער פון 'עס ענד עס אימעדזש' האט געמאכט א הערליכן דזשאב און מאלן א בילד פון א שוהל, ווען קען ענדלען לויט ווי גרויס די שטח איז איין זאך איז זיכער קהל יטב לב דסאטמאר גייט האבן א שוהל, פון איבער 25000 סקווער פיס, מיט עטליכע טויזענט זיץ פלעצער, אין הארץ פון וויליאמסבורג, און ... די זיצן וועלן אי"ה זיין "פול" , דאס איז זיכער

העבר_אין » 26/7/2006 23:49

ליינט ווי די זאליס זענע גערעגט אויף שמואל שפיצער http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1995857

הבדלה_מנין » 27/7/2006 01:38

טאקע א שיינע אנאליז אבער די האסט זיך אוועקגעדרייט פון מיין פוינט.

דער סדר העולם איז אז ווען דער ארכיטעקט גיט איבער זיינע פארטיגע פלענער גיט ער אויך א מאדעל אדער בילדער וויאזוי דער בנין וועט אויסזעהן.

דער בלאט האט ארויפגעשטעלט דעם בילד אויפן פראנט פעידזש אין א וואך וואס עס איז געווען זייער גרויסע נייעס אין סאטמאר, וואס די עכטע גרויסע נייעס וואלט ווען געדארפט זיין געדעקט אויפן פראנט פעידזש, אבער זיי האבן געשטעלט דעם צוזאמגעשטעלטן בילד, אזוי גרויס אויף האלב פונעם פראנט פעידזש, אזויווי דאס איז זייער גרויסע און פרישע נייעס.

יעצט שטעלט זיך ארויס אז דער בילד איז נישט פון קיין ארכיטעקט און עס איז נישט דא קיין אקטועלע אדער פערטיגע פלענער פאר א נייעם שוהל, דאס איז בלויז א צוזאמגעשטעלטער בילד פון א גרעפיק דעזיינער.
 אויב אזוי איז דאך דאס נישט קיין פראנט פעידזש סחורה אפילו אין סתם א שטילער נאך דערצו נישט אין א וואך וואס עס איז געווען די גרויסע נייעס בנוגע סאטמאר.
 נאר וואס דען מען האט דאס ארויפגעשטעלט פאר א דיסטרעקשן, לבלבל המוחות מיט א גניבת דעת כאילו מען האט פונקט יעצט גענדיגט די פלענער פאר א נייע שוהל כדי צו פאר וואסערן די צוויי פעטש וואס מען האט געכאפט אין קאורט

דאס איז געווען מיין גאנצער פוינט.


יעצט צו די וואס האבן געשריבן נביאות ווי גרויס אדער וויפיל מענטשן עס וועלן זיין אויב און ווען דער שוהל וועט אויפגעבויעט ווערן.
גיטס א קוק, ענקער רבי איז יעצט אויף א גרויסע נסיעה אין אייראפע ביי די מקומות הקדושים, זיין ערשטע נסיעה אלס א רבי, ווי די פלאנירערס האבן זיך געראכטן אויף 2 טויזנט מענטשן און למעשה זענען נאר דא בערך 75 מענטשן אויף דעם גרויסן מסע מלכות.

אלע נביאות און שאצונגן זענען נישט אייביג וואס עס שטעלט זיך ארויס למעשה. Time will tell

בא_ללמד » 27/7/2006 01:48

וואו צב"ש זענען געווען די פלאנירער וועלכע האבן זיך געראכטן אויף צוויי טויזנט מענטשן ?!

הבדלה_מנין » 27/7/2006 02:08

ווען מען האט לכתחילה גערופן דעם קעיטערער פון בעלגיע פאר פרייזן האט מען געבעטן א פרייז פאר 2000 מיעלס א טאג.
איך האב דאס געהערט כלי ראשון

ביטע נישט פארדרייען דעם שמועס פון דער עיקר נושא

קושקע » 27/7/2006 02:18

10 טעג, 200 מענטשן, איז 2000 מילס, שטימט דאך עס יא

מקוה_איד » 27/7/2006 02:24

דער פוינט פונעם בילד איז געווען אז עס געלונגען פאר סאטמאר צו איינהאנדעלן א ריזיגער בנין און צענטער פון וומ"ס.

דאס אלעס.

דאס איז געווען די נייעס. און דאס לייקנט קיינער.

דער אויסזעהן איז נאר מהיכי תיתי, מ'האטעך נישט געקענט ארויפלייגן א שמיציגע באוואקסען מיט בלעטער בנין, האט מען עס א ביסל צוגעפיצט. יעדער האט געוויסט אז דאס איז נישט דער ארקיטעקט.

מאך דיך נישט משוגע.

תוקן על ידי - מקוה_איד - 27/07/2006 2:34:53

kj_village » 27/7/2006 02:59


קוקשקע

נאדיר [בילד – נישט אפגעהיט]

הבדלה_מנין » 27/7/2006 03:22

אז מען קען נישט ארויפלייגן א בילד פון א שמוציגן בנין באוואקסן מיט בלעטער לייגט מען נישט בכלל קיין בילד, מען מאכט נאר א העדליין מיט קידוש לבנה אותיות.   ווען מען פילט אן א האלבן פראנט פעידזש מיט א בילד וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן איז דאס איז נאר לבלבל המוחות
(אינטערעסאנט ווי די רופסט דאס גאנצער פאלשן בילד "א ביסל צוגעפיצט")

דאס וואס די שרייבסט אז "יעדער האט געוויסט אז דאס איז נישט פון קיין ארקיטעקט" איז נישט אמת, ענקער עולם האבן געשמועסט אין גרויסן פון דעם שיינעם בנין,   אז די ווילסט א ראיה אז עס איז אזוי ווי איך זאג, קוק אויף דעם ערשטן תגובה דא אין דעם אשכול ווי אזוי די נייעס איז געבראכן געווארן דא "אויף די פראנט פעידש פון דער בלאט איז דא א בילד ווי אזוי די ריזיגע נייע הערליכע ביהמ"ד און וומס"ב גייט אי"ה אויסזעהן"
אזוי האבן ענק דעמאלט גערעדט דא און אויפן גאס אדער אין שול. קענסט נישט לייקענען היסטאריע און פאקטן

הבדלה_מנין » 27/7/2006 03:32

קושקע, "2000 מיעלס א טאג", האסט אראפגעשניטן צוויי וויכטיגע ווערטער.

נ.ב.
איך מיין אז איך האב גאנץ גוט ארויסגעברענגט מיינע פוינטס מיט די בילדער און וואס איך האב שוין געשריבן.   די וואס ווילן זען דעם אמת האבן שוין מער ווי גענוג, די וואס זענען אין denial ווי אויך פאר די וואס ווייסן דעם אמת טיף אין הארץ אבער וועלן קיינמאל עס נישט מודה זיין, וועט 100 תגובות אויך נישט העלפן. איז מיט דעם תגובה ענדיג איך מיין שרייבן אין דעם אשכול.

פאטאקי08 » 27/7/2006 03:40

הבדלה

בילדינגס איז אזוי ווי מענטשען
וועסט נישט טרעפען אין גאנץ כדיר העולם צוויי בילדינגס זאלן אויס זעען די זעלבע
(די טווין טוערס איז שוין נישטא...וועגן דעם האט מען עס גערופען טווין אבער אין די גאנצע וועלט איז עס נישטא היינט צוטאג)

אויך וועסטו קיינמאל נישט טרעפן א בילדער זאל נאכמאכן א צווייטען

אויך וועסטו קיינמאל נישט טרעפן איינער זאל אראפמאלען בערך ווי אזוי א בילדינג וועט אויסזען

אם אין דעת הבדלה מנין

פאטאקי08 » 27/7/2006 03:43

הבדלה

איך האב געהערט נאך אסאך נענטער ווי א כלי ראשון (גראד פון קעכער\בעקער)
אז מען האט באשטעלט 5500 פארציאנען פאר יעדע מיעל

דעבאטירן » 27/7/2006 19:05

לאמיר דא פרובירן צו מאכן א סך הכל יא, יעדער איז מודה אז די בילדינג אויף ווייט לענגאויס פון פען ביז ראטלידזש איז דא ביזדערווייל גראז יא, יעדער קען אויך מודה זיין אז שמואל שפיצער האט געמאכט א שיינע דזשאב, א דזשאב וואס זיין קאלעגע מר. זאלי/הבדלה מנין איז ברוגז אויף אים יא, יעדער איז מודה אז די בילדינג איז 200 פיס ביי 125 פיס וואס איז 25000 פיס יא, יעדער איז מודה אז ווייט עוו צווישן פען און ראטלידזש איז אינמיטן וויליאמסבורג יא, יעדער איז מודה אז סאטמאר האט אגעקויפט דעם בילדינג יא, יעדער איז מודה אז סאטמאר פלאנט צו בויען דארט א שוהל יא, יעדער איז מודה אז עס איז דא פלאץ אין אזא שוהל פאר 5000 זיצן יא, יעדער ווייסט אז סאטמאר קען און פילט אן 5000 זיץ פלעצער דער סך הכל איז סאטמאר האט אפעגעקויפט דעם בילדינג אויף ווייט עוו צווישן פען און ראטלידזש וואס איז 200 ביי 125 וואס קומט אויס צו 25000 סקווער פיס א שטאק, וואס איז דא פלאץ פאר 5000 זיצן, און סאטמאר פלאנט צו בויען דארט די שוהל, און סאטמאר האט שוין געוויזן אז זיי קענען אנפילן 5000 זיצן יעצט דער סך הכל בנוגע דעם בילד דער בנין איז קלאר שטימט קלאר לויטן סייז אז עס קען ווען אזוי אויסזעהן, אבער עס איז קלאר אז עס "גייט" נישט אזוי אויסזעהן, און איך בין זיכער אז שמואל שפיצער פילט זיך זייער גוט, אז הבדלה מנין שעלט אוועק אז ער האט געמאכט א גוטע ארבעט די ציל פון דעם בילד איז אויך זייער קלאר און דאס איז, מיט דעם כלל 'א בילד רעדט מער ווי טויזענט ווערטער' און אונזער קאלעגע מקוה איד האט דאס זייער גוט ארויסגעברענגט אז עס איז קלאר אז ביז א יאר צוויי, וועט סאטמאר האבן אין וויליאמסבורג מוסדות מיט פילע טויזענטער קינדער קע"ה, צענדליגער אויטאבאסן, פילע בנינים, און אויך גרויסן סאטמאר ביה"מ אין הארץ פון וויליאמסבורג, בנוסף צו פילע קלענערע סאטמארע שוהלן און דאס איז געווען דער ציל פון דער בילד, אז מען זאל דאס קענען פארשטיין און פילן שוין תיכף אויף פלאץ, לקיים מה שנאמר: די פריינד זאל זיך קענען פרייען, און די שונאים זאל קענען .................. און אונזער הבדלה מנין, האט ארויסגעברענגט די חלק אז די שונאים זאל קענען................. אויפן בעסטן אויפן

געשמאק » 27/7/2006 19:11

דער משוגענער זאגט אז מען האט זיך געגרייט אויף 2,000 מענטשן, און עטס טענה'טס ענק נאך מיט אים. איך האב נאך אזאנס אין מיין לעבן נישט געזען.