ס'איז געווען מענטשען וואס האבען געהאלטען אינמיטען פעסט ארבעטען, און א חבר האט אריינגעקאלט,
יענקל.. האסט געהערט?
- ניין וואס?
ס'איז ארויסגעקומען די דיסיזשען, זייער שלעכט פאר די ארוינים, מ'זאגט אז...........
- נישט קיין חילוק וואס מ'זאגט, פארלוירען איז פארלוירען, מ'שלינגט עס אראפ, די לעבן גיי ווייטער אן......... כ'דארף לויפן כ'וועל רעדן צו דיר.
די מענטש האט א מינוט נאכדעם פארגעסן וואס מ'האט אים געזאגט,
ווידעראום איז געווען מענטשען וואס א גאנצען טאג האבען זיי געוויסט אז ס'גייט ארויסקומען די פסק, מ'האט שוין נישט געארבעט א גאנצען טאג זיצענדיג אויף הייד פארק און ריפרעשט א גאנצען צייט, אדער געווען אויפ'ן טעלעפאון און געווארט אויפ'ן פסק,
און אזוי ווי ס'איז ארויסגעקומען און מ'האט געזעהן ווי ביטער ס'איז איז מען אריינגעפאלען און א שרעקליכע מרה שחורה, נערוועיזיטעט, און אראפגעקלאפטקייט,
איך זאל זאגען אז איך פארשטיי עס נישט?.
אבסולאטלי נישט!
איך בין אויך געווען פונקט אזוי אנגעזעצט, מ'האט צו מיר נישט געקענט רעדן,
אבער.....
היינט איז א נייע טאג,
די זון האט אויפגעשיינט, אלעס גייט ווייטער אן, מ'דארף עס מקבל זיין באהבה, כל מאן דעביד רחמנא לטב עביד, מ'וועט אי"ה בויען שיינע הערליכע מוסדות, א ריזיג ביהמ"ד, סאטמאר וועט בליען און שיינען אז ס'וועט זיך נישט גלוסטען צוריקצוגיין צו די אלטע חורבות.
ועל כולם......
די ריכטער האבען ב"ה נישט אוועקגענומען פון אונז דעם רבי"ן זאל זיין געזונט.
און ווי לאנג אונז האמיר אזא רבי'ן דארף מען זיך נישט האלטען מיט בינינים און עיניני גשמיות, ס'איז דא א כח, ס'איז דא מיט וואס צו גיין צום טיש ווי אימער און ווען אימער.[בילד – נישט אפגעהיט]