היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שטוינענדע בושות: בחורים זיצן אויבן אן ביים סיגעטער

שטוינענדע בושות: בחורים זיצן אויבן אן ביים סיגעטער

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1980633

ווארהייט » 10/7/2006 17:56

זעט אויס אז ער האט געזען עפעס אין זוהר, ווייל דער סיגעטער האט אויפגעהערט צו פירן טיש מיט'ן עולם, נאכ'ן זען אז ער קען נישט צוזאמשלעפן קיין דריי מנינים שטריימלעך. אנשטאט האט ער אנגעפאנגען צו פירן טיש מיט בחורים אין קווינס קעמפ...

די בושות און חרפות זענען אזוי געוואלדיג אז עס זענען ניטאמאל דא קיין אידן צו זעצן אויפ'ן אויבן אן, און די וואך זענען אויפ'ן אויבן אן געזיצן נישט מער און נישט ווייניגער געזיצן בחורים, מיט שיינע שבת'דיגע הוטן. עס איז כמעט נישט געווען קיין שטריימל צום געפינען.

א שאד א שאד אז ס'איז שבת און ס'איז נישטא קיין קעמערע אפצוכאפן דעם היסטאריש בילד, וויאזוי דער סיגעטער זיצט ארומגענומען מיט בחורים און פירט טיש. ווען יא וואלט דער בילד ווערד געווען אלע געלטער אין דער וועלט.

ווער וואלט זיך געגלייבט אז דער סיגעטער וועט נאר אפאר וואכן נאכ'ן ווערן רבי נשפל ווערן אויף אזוי ווייט, אז ער זאל נישט האבן קיין מנין שטריימלעך ביי זיין טיש, און אז בחורים וועלן זיצן אויבן אן.

chiken » 10/7/2006 18:06

ווארהייט[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

יעצט קוקט ער שוין עכט אויס ווי א פורים רבי...

עס דערמאנט מיך די פורים טישן ביי אונז אין ישיבה, ווען אויפן אויבן אן זענען געזעצן בחורים, און דער רבי האט נישט געדארפט זיין א יודע ספר, נאר דער גרעסטער לץ אין ישיבה... תוקן על ידי - chiken - 10/07/2006 18:08:22

פיקטשערס » 10/7/2006 18:22

ווארהייט, וואס איז מיטן בנפול אוביך אל תשמח?

אונז האב מיר א גרויסן רבי'ן וואס פירט הערליכע טישן און זאגט הערליכע תורות, וואס קלינגט אפ אין די גאנצע וועלט. אונז דארף מיר זיך נישט אראפלאזן צו יענעמ'ס נידריגן מצב און עס דיסקאסן וואך איין וואך אויס.

גלייב מיר נאך די דריטע וואך איז מיר ניטאמאל אנגעגאנגאן די דורכפעלער פון זלמן לייב. עס איז שוין געווארן אזא קלארער פאקט ווער עס האט רוב מנין ובנין פון סאטמאר, אז ס'איז מיר געווארן באורד צו רעדן נאכאמאל און נאכאמאל פון די אויסגעשפילטע טישן פון זלמן לייבן.

ווארהייט » 10/7/2006 18:36

ער איז נישט מיין פיינט. וואס טיפער אין דער ערד ער גייט אלץ מער האב איך אים ליב[בילד – נישט אפגעהיט]

גוטזאגער » 10/7/2006 18:58

אזוי קוקט מען אויס ווען מען שפילט רבי...

דער סיגעטער האט נישט קיין חסידים. ער האט זיינע ברודער'ס שונאים. זיי וועלן נישט איינטונקען קיין פינגער אין קאלט וואסער צו בויען זיין חסידות.

די הדור האחרוניקעס אויף אלתר משה'ס קאלדליין זענען עס גוט מסביר, אז די איינציגסטע סיבה פארוואס מען דארף זלמן לייב'ן איז נאר ווייל ער איז א גוטער שטעקן אונטערצוברענגען אהרנ'ען.