היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » האלט דא טראכט מען (עצכ"ח יידיש) » איז בארעכטיגט אפצוהאלטן געיז מארטש?

איז בארעכטיגט אפצוהאלטן געיז מארטש?

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1976419

williboy » 6/7/2006 16:06

ירושלים איז אין די העדליינס פון די וועלט מידיע איבער דעם בעפארשטייענדער געי מארטש אין אירע גאסן.

אין די היינטיגע דעמאקראטישע וועלט קען מען דאך נישט צווינגען קיינעם וואס צו טאן, און אוואדאי נישט אפהאלטן פון גיין מארטשירן אין די גאסן וואס איז פובליק פראפערטי, איז אלזא די פארלאנג פון פרומע דאס יא אפהאלטן אביסל קאנטרעווערסיאל.

אבער אז מען טראכט אריין, קען זיין אז עס יא בארעכטיגט, ווייל יעדער פארשטייט אז א פרומער האט אנדערע מאראלן פון א פרייער, און פונקט ווי א פרייער קען פארלאנגן אז מען זאל נישט גיין נאקעט אויפן גאס ווייל עס שטימט נישט מיט זיינע מאראלען, פארוואס זאל ער נישט פארשטיין אז לויט אונזערע מאראלען איז די געי לייפסטייל א שטער און מיר זאלן דאס מעגן אפהאלטן?

רעדאקטאר » 6/7/2006 16:15

אלעס פיין און וואול, אבער דו האסט איין טעות:

דער מארטש איז נישט אין א פרומע געגענט, עס איז אין רחוב יפו ווי פרומע דרייען זיך נישט.

משוגענער » 14/7/2006 16:01

וואס איז די שאלה בכלל? ירושלים איז דער הייליגסטע שטאט אויף דער וועלט, וואס דעמאקראטיע, ווען דעמאקראטיע?

williboy » 14/7/2006 18:06

משוגענער,

מיר האבן היינט נישט קיין בית דין וואס זאל צווינגען, דאס ביסטו גערעכט אז קנאין פוגעין בהם, אבער ווי קען מען איינטיילן היינט צוטאגס פאר אנדערע וואס צו טאן?

dovidel » 14/7/2006 22:06

אוודאי האבן זיי רעכט צו דעמאנסטרירן זייערע שיטות, אבער פארוואס טוען זיי דאס אין אן ארט וואס שטערט אלע מאנאטעאיסטישע רעליגיעס?

williboy » 17/7/2006 05:25

די שאלה איז נישטא פארוואס זיי טוען דאס, די שאלה איז וויאזוי האבן מיר רעכט זיי אפהאלטן פון טאן וואס זיי גלוסט?

לאנדסמאן » 23/6/2008 02:25

WILLIBOY, עס איז דא אזא שיטה אז מען דארף מוחה זיין, אבער פארשטייט זיך אז צו מאכן געוואלדטאטן, טאר מען זיכער נישט.
מען קען מוחה זיין אויף א שטילע און מענטשליכע אופן.

Dovidel1 » 23/7/2008 04:49

פאר צוויי יאר צוריק האב איך געשריבן:

"אוודאי האבן זיי רעכט צו דעמאנסטרירן זייערע שיטות, אבער פארוואס טוען זיי דאס אין אן ארט וואס שטערט אלע מאנאטעאיסטישע רעליגיעס?"

היינט האלט איך שוין אנדערש.
איך בין שטארק באאיינפלוסט געווארן פון דעם דאקומענטאר פילם Trembling Before G-d, וואס לייגט אראפ די ליידן פון ארטאדאקסישע און אוילטרא-ארטאדאקסישע האמאסעקסואלן.
אוודאי האבן זיי רעכט צו דעמאנסטרירן וואו זיי ווילן כדי צו ברענגען זייער ווייטאג צום אויבערפלאך.

לאנדסמאן » 23/7/2008 20:52

איך ווייס נישט פון וואס פאר א פילם איר רעדט, אבער זעט אויס, אז איר זענט געווארן צו ליבעראל געשטימט...

ס'איז דאך קלאר אקעגן די תורה, און אקעגן מענטשליכקייט, און וואס פארא ווייטאג מיינט איר?

אויסערדעם, גלייב איך נישט אז ארטאדאקסישע און אוילטרא-ארטאדאקסישע אידן גייען דעמאנסטרירן אין די עפנטליכקייט. 

Dovidel1 » 24/7/2008 00:06

קלעבן לעיבל אויף מענטשן איז נישט קיין וועג פון ארגומענטאציע.
פון דעם פילם האב איך נאר געזען די ווייטאג פון די מענטשן וואס זענען געי און לעסביען, און זיי האבן די פולסטע רעכט צו פארלאנגען גלייכבארעכטיגונג.
צי אידישקייט קען אקאמאדירן האמאסעקסואלן איז א באזונדערע שאלה. זע דעם בוך פון ראביי סטיווען גרינבערג Wrestling with god & men.

לאנדסמאן » 24/7/2008 00:54

אנטשולדיגט, נעם עס נישט צום הארצן, כ'האב נאר געמאכט א וויץ.

לענינו, דוכט זיך מיר אז ס'איז אסור פאר גוים אויך, איז עס נישט אריינגערעכנט אין די שבע מצות בני נוח?

Dovidel1 » 24/7/2008 04:13

עס איז א מח' ראשונים צי משכב זכר איז נכלל אין די שבע מצוות בני נח.