היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » איבער 3,000 קינדער בליעה"ר: היכן יכנס כל הפשתן הזה?

איבער 3,000 קינדער בליעה"ר: היכן יכנס כל הפשתן הזה?

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1975917

ווארהייט » 6/7/2006 02:16

קריזיס! קריזיס! קריזיס!

דער פלאן איז געווען אנצופאנגען דעם קומענדיגן זמן מיט 3,000 קינדער, אבער דא איז אונטערגעקומען א פלוצלינגדיגע קריזיס. עס איז אריבער ווייניגער פון א וואך זינט ווען מען האט געעפנט די רעגיסטראציע און מען האלט שוין ביי 3,092 קינדער, ענד קאונטינג.

מען האט קוים אנגעפאנגען צו שאפן בנינים וואו צו פלאצירן די קינדער און מיטאמאל דערזעט מען זיך מיט אזא ריזיגן איבערפלוס פון קינדער. חיים העלער ברעכט זיך קאפ און האט מיליאן מאל חרטה פאר'ן אריינשפרינגען אין דעם פעלד. עס איז א קריזיס.

נאך א מזל אז די דאגה ליגט נישט אויף מיינע פלייצעס. איך וואלט עס נישט איבערגעטראגן.