פאר וועם ס'איז אינטערסאנט קען דא מיטהאלטן אין קאנטראל רום 24 שעה
http://www.nasa.gov/multimedia/nasatv/live_tv.html (סעלעקט ביי More viewing options קליק אויף Windows Media Player און דאן מאך Full Screen
מ'זעהט נאר אן אפיס, ווי קען מען מיטהאלטן ווי ס'האלט די נסיעה. ובכלל איז מען שוין אפגעפלויגן צו מ'גייט "מערצהאשעם" אפפליעהן? אויב יא, וויפיל אזייגער?
אפגעפלויגן איז מען שוין נעכטן 2:38 PM און מארגען דאנערשטאג 9:52 am וועט זיך עס "דאקן" (קאנעקטן) צום אינטערנאציאנאלען ספעיס צענטער, אויב זיצטו אביסל צוגעשמידט צום סקרין קענסטו פון צייט צו צייט זעהן ווי די שאטעל פליעט אין ספעיס מיט א אפענעם דאך און "אויסגעשטרעקטע ארעמ'ס"
איך הער אז עס האט דאס מאל נאכאמאל אפגעבראכן פאום אינסולעשאן פונעם עקסטערנעל טאנק (וואס דאס האט גורם געווען קאלאמביע'ס אויפרייס)
ביטע זיי מיר מסביר וואס מיינט "קאנעקטען צו די אינטערנעשענעל ספעיס סענטער"
יעצט איז 9:42 AM, איך ווארט מיט שפאנונג, וואס גייט געשען אין 10 מינוט ארום
יגר'ל,
ווארט נישט אזוי מיט שפאנונג, גיי ארבעטן און פערטיג. ס'עט דיר גארנישט פאסירן.
קענסט מיר מסביר זיין וואס ס'גייט דארט פאר די מינוטן
אלעס שטייט אויף די קליינער פינגער פון די פיס, אנגעצויגן מיט שפאנונג
איך קען דיר נישט מסביר זיין (כאילו דו האסט מיך געפרעגט) פשוט, ווייל איך ווייס נישט
הימעל און ערד און נאסא..
אלעס דרייעט זיך, אפילו די פליגער אליין האט זיך 5 מאל ארומגעקוילערט, גיי ווייס וואס דאס מיינט
ווען מ'פרעגט ווען מיר, וואלט איך געפייערט 2 מענטשן פון יענעם אפיס, איך באטראכט זיי שוין די לעצטע שעה, איך קען עדות זאגן אז זיי האבן גארנישט געטוהן.... ...[בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט]
שוין, יעצט האב איך א רגע צייט, קודם אנטשולדיגט 9:52 איז געווען סענטראל טיים וואס מיינט דא 10:52 אבער עס איז שוין ממילא דערנאך וואס דו קענסט נאך אריינכאפן איז וויאזוי די אסטראנאטן פינעם שאטעל מיט די מענטשן אינעם ספעיס סענטער גייען זיך צוזאם טרעפן אום 12:48 אונזער צייט, (STS 121 מיט Expedition Crew 13 )
יישר כח פאר'ן אונז געבן די אפדעיטס
די שאלה איז וואס קומט נעקסט, איצט איז 1:48 PM, ווען גייט זיין די נעקסטע Action?
איך וויל זייער שטארק פארן אויף די לבנה, איך זעה מ'זיצט אינעם שאטל, מ'רוקט א פיצא, מ'לאכט מיט חברים, מ'שפאצירט פון איין עק צום צווייטן אזוי ווי מען שווימט, און מ'מאכט א שיינע צענדליגער אלפים פער שעה. פארוואס נישט דארט זיין?
די איינציגע חסרון וועט זיין, כ'העל נישט קענען קוקן הייד-פארק....
קלאפ קלאפ קלאפ
ברשות הגבאים וויל איך דא מאכן אן אפיל פאר א ONE WAY TICKET פאר אונזער פריינט יגר'ל אין ספעיס אריין.
עס וועט זיין א טישל די גאנצע וואך, דער עולם זאל זיך ווארים אנרופן, עס איז א ריכטיגע חובת השעה, די דיינים האבן מחייב געווען יעדן איינעם מיט כופר נפש מינימום אכצן דאלער.