וזרח השמש ובא השמש
וואס דער זעלביגער?
וואס רעדסטו?
ווער רעדט דאס דא בכלל, סאכדעס אדער התאחדות?
איז דאס בפקודת הקודש פונעם דיין, אדער על דעת עצמך?
פרטים ביטע
דרייעט זיך א יודעלע, מיד הונגעריג, פארסאפערט פארמאטערט, אפגעמוטשט, ווארפט אריין זיין זעקל ביינער אויפן האלצערנעם בענקל ביים ווינקל פון שטוב, מיט א איידעלן קרעכטץ וואס פאלט אויף די פיר ווענט, לאזענדיג אז דער ווידער-קול זאל עס באהאנדלן.
נישטא קיין כוחות, גענדיגט פאקן די "זאטשקעס", אויפגעפיקט די לעבעלס וואס מען ביגלט ארויף אויף די בגדים, זאל זיך קיינעם נישט פארגליסטן צו נעמען זיין זאקן, כאילו אז דער שמעק דערפון זאגט נישט אליינס עדות פאר וועם עס בלאנגט.
ווי גייט מען? פון ווי קומט מען? וואס ערווארט מען ביי די נייע פלאץ? פון וואס וויל מען זיך אפשאקלן אז מ'לאזט איבער דאס אלטע פלאץ? די אלע פראגעס ווארטן אויף א תשובה.
חכמינו ז"ל האבן שוין אלעס געזעהן מיט זייערע ווייטע אויגן, זיי זאגן אונז "ילבש שחורים ויתעטף בשחורים, וילך
למקום שאין מכירין אותו".
זאל נישט אויסגערעדט זיין, די נאמען טוישט מען זיך אויך.
א גאסט ווי אלע געסט, א שלעפער ווי אלע אנדערע, גייט נע ונד, ביז ער קומט אן צום "קרעטשמע". ווארטענדיג צו זעהן, וויאזוי דער עולם וועט ראגירן.
דער הסבר איז: מיר האבן גאר שטארק מורא געהאט אז איינער וועט עס וועלן נוצן, דערפאר האבן מיר אויסגעכאפט דעם ניק, פון היינט און ווייטער וועט קיינער נישט האבן קיין צוטריט דערצו.
מיר פארשטייען אז דו גייסט יעצט נישט וואוסן צו דו זאלסט לאכן צו וויינען.
אבער, בענעדיקט16 & 17, זייט נישט נערוועזט, דאס איז דער לעצטער תגובה מיט דעם ניק.
והיה בזה שלום.
הצלחה
א שאד א שאד, אזוי אינגערהייט, קוים געבוירן געווארן און שוין נעלם ווערן?
פארוואס? פארוואס הערט מען אזעלכע אומגליקספעלער נאר אין די זומער מאנאטן?
אלנפאלס עס איז מיר א שאד יעדע ווארט, ווייל דו וועסט ממילא נישט ענטפערן, האסט דאך נישט געשריבן "בלי נדר"...
זיי געזונט, ותהא ניקתך צרורה בצרור החיים תחת כנפי היידפארק המצא מנוחה נכונה.
ביטע וועקט מיר אויף ווען דער ביליאנסטער בענעדיקט וועט ערשיינען אינעם קרעטשמע[בילד – נישט אפגעהיט]