היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » דער בלאט די וואך שרייבט שוין קריטיק

דער בלאט די וואך שרייבט שוין קריטיק

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1969065

פעשי » 29/6/2006 21:06

נו, ווי איז דער אשכול "דער לאט" איז ריין אין "דער איד" איז שמוציג

די וואך האט שוין דער "בלאט" געבראכן זיין פאליסי אין האט אנגעהויבן שרייבן פאליטיק, איבער בני ברק.

אותו_חלומה » 29/6/2006 21:26

פעשי
מעגסט שעלטן אז אונז האבן אזאלכע קנאקעדיגע בריוון פון אזעלכע מעכטיגע ארזי התורה האבן מיר אלע רעכטן ענק צו באשמיצן דערמיט און זאל טאקע די גאנצע וועלט זען וועם אונז שטעל מיר ארויס און וועם ענק שטעלן ארויס
BTW איך בין געווען היינט אין פאסט אפיס און א ארבעטער האט מיך געפרעגט ווען ער וועט קענען ווערן א "ראביי" ביי אונז
נאך אזאך איך האב דורכגקוקט די בלאט און איך זעה נישט גארנישט געשריבן נעגאטיוו א קעגן די זאלי''ס עס איז סך הכל נאר בריוון און פונקט ווי מען מעג לייגן בריוון קעגן לאווען אדער קעגן סיי וועלכע מסרבים לדין מעג מען לייגן קעגן די גרעסטע רשעים בדורינו וואס מיט דעם מיין איך טאקע דיין אזויגערופענע הייליגע וואס זיי דארפן זיין א וועג ווייזער פאר כלל ישראל און אויב זיי טוען אזעלכע עבירות יעצט פארוואס זאל איך נישט טאר''ן טוען קיין עבירות
ער האט א תאווה פאר כבוד און אטענשאן און איך האב ב"ה נישט קיין תאווה פאר כבוד (ביז דערווייל....) אבער איך האב אנדערע תאוות און אונז זעמיר ביידע אייניג און אפשר זען מיר אונץ ארבעטער''ס הייליגער ווי זיי ווייל אונז דאווענען נישט נאך סוף זמן תפילה... און ווער רעדט נאך חצות........

יענקעלע11 » 30/6/2006 00:16

 אן אמת''ער אהרוני, ווייסט אז דער רבי לאזט נישט ענטפערן...

און אויב איז דאס אלעס וואס פעשעלע קען אונז ענטפערן אויף די מעכטיגע
בריעוון פון בית דינו של הרב קרליץ,
דאס אליין איז שוין אונזער גרעסטער ניצחון...    תוקן על ידי - wassa_dif - 30/06/2006 5:05:13

פעשי » 30/6/2006 01:23


יענקעלע11
נאך ווען מיר האבן צווי בתי דינים וואס שרייבן בכתב ברור בפרהסיא גלוי לעין כל אז כתורה עשו (נישט ביים וויען''ער רבי אין שיפלאד) , קען יעדער שרייבן וואס ער וויל.

במילא איז דיינע ווערטער ליצנות.

בא_ללמד » 30/6/2006 15:52

איידער מען גייט אריין לעומקן של דברים ווער עס זענען די דיינים פון וועמען פעשי רעדט, וויל איך פארשטיין א צווייטע זאך.

איך געדענק אז מיט א שטיק צייט צוריק, ווען 'עמיצער' האט גערופן די זאליס צו דין תורה ביי א געוויסן בי"ד, איז דער ענטפער געווען אז מ'קען נישט גיין צו יענעם בי"ד, ווייל מ'מעג נאר גיין צו א בי"ד וואס קען 'תהלוכי הקהילה' (שפעטער איז שוין נתברר געווארן וואס עס מיינען די באדייטלאזע ווערטער "תהלוכי הקהלה"...). און אז ביי יענע דיינים קען מען נישט טרינקען קיין גלעזל וואסער.

האט זיך עפעס געטוישט אין די לעצטע תקופה ?

די 'בית דין' וואס איר האט יעצט באשאפן, האט שוין גענומען א קורס ביי ר' אליעזר קעסטענבוים אדער ר' משה לייב דייטש אין "דיני תהלוכי הקהילה" ?