היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הילף וועגן הייד פארק ביטע

הילף וועגן הייד פארק ביטע

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1968989

עכטע_נייעס » 29/6/2006 19:47

איך האב א פראבלעם ווער ס'קען זאל ביטע מיך העלפן

זייט הייד פארק האט געמאכט די נייע אויסשטעל א פאר טעג נאכדעם האט זיך אנגעהויבן א פראבלעם

ווען איך גיי ארויף פון מיין treo פאלם טעלעפן אויף הייד פארק אדער מסורת די פראבלעם איז ביי ביידע

איז ווען א תגובה איז געשריבן געווארן פון הייד פארק ווערט די ווערטער פארקערט און איך קען עס נישט ליינען

למשל אזוי
ןענייל טשינ סע

אבער ווען א תגובה איז געשריבן פון מסורת זעה איך עס געהריג

נאך א פראבעלם מיט די נייע הייד פארק קען איך מער נישט שרייבן פון די treo ס'קומט נישט ארויף די באקס צו שרייבן

אבער מסורת גייט יא איך האף מסורת וועט נישט מאכן די נייע

פאטאקי08 » 29/6/2006 20:00

דארפסט אינסטאלען א אפגרעדעט טשערעקטאר פייל פאר דיין היבראו לענגוויטש אין דיין טריאו

בנוגע די באקס קומט נישט ארויף ווייס איך נישט

עכטע_נייעס » 29/6/2006 20:06

קענסט מיר זאגן ווי אדער געבן א לינק ווי איך קען האבן די אפגרעט?

איך האב נישט פארשטנען וואסערע אפגרעט די רעדטס?

יישר כח

פאטאקי08 » 29/6/2006 20:11

שאלה

וואס נוצטו פאר אידיש?
פיילאק?
וואסערע ווערזיען?
דעלאקס?
פול?
לייט?

פענטיקאן לייט?

עכטע_נייעס » 29/6/2006 20:16

איך האב די לעצט ווערזאון פון פיילאק פול

פאטאקי08 » 29/6/2006 20:51

די זאך איז אזוי

די סיסטעם ארבעט בערך אזוי סאיז דא איין  פייל וואס איז די פאנט פייל וואס לייגט אריין די אידישע טשערעקטערס (אין אידיש: אותיות) אינעם אפערעיטינג סיסטעם אלץ א טשערעקטער
 דערנאך איז דא א פייל וואס טייטש אויס די ענגלישע = די אידישע אויתיות און אויך טוט עס טוישען די סארט און די אלייענמענט פון רעכטס צו לינקס

קוקט אויס אז ווען היידפארק האט געמאכט די נייע סיסטעם האבן זיי געטוישט די טשערעקטער פייל וואס דיין ווערזיאן פארטראגט זיך נישט מיטן און ער פאלגט אים נישט און דרייט נישט אויס די ווערטער
סאו די סעלושען איז לכאורה צו טרייען דורך א אנדערע ווערזיאן וואס פארשטייט אים יא
אויב ס'איז בכלל דא איינס באט די קענסט זיך ארום שפילן

טריי צו דאונלאודן הבראו לייט פענטיקאן און קוק צו דארט ארבעט עס יא
אדער טריי פיילאק לייט
אדער פיילאק דעלאקס

Lumber » 29/6/2006 21:15

פאטאקי:

א קליינער תיקון טעות

CHARACTER זאכט מען קערעקטער נישט טשערעקטער.

קוק דא

פאטאקי08 » 29/6/2006 22:33

שכח לאמבער